אסיר ציון ר' דוד מנחם מינצבערג הי"ו אויפגענומען בשמחה גדולה בבתי האדמור"ים וגדולי ישראל נאך באפרייאונג פון טורמע
- sfbechatzros
- 10 בספט׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 11 בספט׳
מיטוואך פ' כי תבא • י"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט א שמחה גדולה איז אויפגענימען געווארן בקרתא דשופריא דעם אסיר ציון ומקדש שם שמים האברך החשוב ר' דוד מנחם מינצבערג הי"ו וועם די רשעי הציונים האבן געהאלטן אין איזאלירונג אונטער אייזערנע טורמע גראטעס פאר אריבער א חודש, פאר'ן איינציגן זינד פון נישט רעקורטירן צום מיליטער, נאכן אררעסטירט ווערן דורך די פאליציי ביי די מחאות אדירות קעגן די חילול קברי ישראל אין יאהוד.
תיכף ביים ארויסקומען פון תפיסה איז ר' דוד מנחם אריבער צום מעון הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכער האט אים מקבל פנים געווען באנפין נהירין און שטארק מחזק געווען אויף זיין זכי' צו זיצן אין תפיסה למען כבוד שמו יתברך, און דערביי מזכיר געווען די נעמען פון די אנדערע אסירי ציון וועלכע שמאכטן נאך ליידער אין טורמע.
שפעטער איז ער אנגעקומען אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס האט איהם אויפגענימען מיט א צהלת פנים און שטארק מחזק געווען אויף די זכיה וואס איז געפאלן בגורלו לקדש שם שמים.
פון דארט איז ר' דוד מנחם אריבער צום שטוב פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, וועלכער האט אים שטארק מחזק געווען זאגנדיג אז ער האט זוכה געווען מקיים זיין וואס דעם 'קדש את שמך על מקדישי שמך' וואס מען זאגט אין די תפילות ימים הנוראים, און ווארעם אנגעוואונטשן זיינע עלטערן און די גאנצע משפחה וואס זענען געשטאנען לימינו אין דעם שווערן זמן.
דערנאך איז ער ארויף צו הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילות הפרושים וואס האט ארויסגעברענגט די התחברות צווישן די צוויי מערכות למען כבוד שמים, חיטוטי שכבי, און גזירת הגיוס. צום שלוס איז מען ארויף צו כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א וועלכע האט מפליא געווען די מסירות נפש פון די אסירי ציון וועלכע האבן זיך נישט אנגעטוהן די טאמענע בגדים פונעם צבא השמד לויט די כללים פון זייערע תפיסות, און זענען צוליב דעם געהאלטן געווארן אין שווערע אומשטענדן זייענדיג גענצליך איזאלירט, וואס איז א געוואלדיגע קידוש שם שמים.













