top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' ואתחנן - ט' אב תשפ"ג | קול בחצרות

 

קרישקעס האט די וואך באמערקט אן אינטערסאנטער בילד אין די אפיס פון 'קעווין מעקארטי' די גרעסטע רעפובלעקאנער פערזאן פון אמעריקע ספיקער אוו די קאנגרעס אויף זיין טיש לעבן די רויטע עמערדזענסי טעלעפאן געפינט זיך א בילד ווי ער נעמט אפ ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ביי זיין באזוך אין שיכון סקווירא דעם פארלאפענעם ווינטער.

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אהיים שפאצירענדיג מיטן הויז בחור נאך תפילת שחרית אין קרית יואל ווי די רבי וויילט אויף אפרוה.

קרישקעס האט באמערקט פון די ירושלימע פענסטער כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה סטוטשין שליט"א ביים עוסק זיין בלימוד התורה.

יזכיר לו יום המיתה • ראש הישיבה הגאון רבי דוב לנדא ביים בית החיים אין בני ברק כמבואר בהלכה אין טאג פון תשעה באב.

תיקון חצות ליל תשעה באב ביי גאב''ד מאקאווא, ווערט געזעהן חתנו הרה''צ רבי אהרן מרדכי רוקח.

תשעה באב אין בארמעטה ענגלאנד, ווערט געזעהן: האד' מסאדיגורה לאנדאן, הנגיד ר' יחזקאל בערגער ראש הקהל פשעווארסק לאנדאן, הרה''ג רבי שמעיה לעוו דומ''ץ סאטמאר לאנדאן אין הגה''צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ''ץ סאטמאר אנטווערפען.

כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א ביים זאגן די קינות תשעה באב מיט גרויס בכיות.

האדמו"ר מאלכסנדר ווערט געזעהן אינעם ליובאוויטשער צענטער היכל מנחם אין בארא פארק ביים עוסק זיין בתורת החסידות מיט הרה"ח רבי לייבל עלטיין.

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג באגריסט האד' ממעזיבוז אינעם האטעל אין אראזא שווייץ ווי די אדמור''ים שליט''א האלטן זיך אויף אפרוה.

האד' מגור ביי קידוש לבנה היינט מוצאי תשעה באב אינעם חצר פונעם אכסניא אין דאבוס שווייץ.

המקובל הגאון רבי דב קוק ביים אפרעכטן תיקון חצות כמנהגו אין די ימי בן המצרים בהיכל בית מדרשו אין טבריה.

הרב החסיד ר' עמרם פריד מחשובי חסידי בעלזא האט געדאווענט פארן עמוד תפילת מוסף דעם ראש חודש אב אינעם מנין פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אין עסטרייך. נאכן דאווענען האט דער תולדות אהרן רבי געפרעגט וועלכע נוסח ער האט געדאווענט, און נאכן זאגן אז אזוי שטייט אין די בעלזא סידור, האט דער תולדות אהרן רבי געבעטן פון ר' עמרם ער זאל אים שאפן א בעלזא סידור. אין בילד: ר' עמרם ביים איבערגעבן פארן רבי'ן די בעלזא סידור עבודת השם.

דער בארימטער פאטאגראפיסט בחצרות הקודש שוקי לרר דערציילט איבער זיין נסיעה צו די בערג אין אייראפע.

ר' שוקי לרר ביים מקבל זיין שיריים פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מוצאי שבת ביי מלוה מלכה אין עסטרייך.

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביים עוסק זיין בתורה אינעם האטעל אין אראזא שווייץ אין די פריע פארטאג'ס שעה'ן.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בן האדמו"ר מבעלזא ובנו החתן הבר מצוה ביים מתפלל זיין די וואך ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לקראת די שמחת הבר מצוה.

הרה"צ ר' זלמן לייב ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ברכפעלד ביים איינלאדענען זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א צו די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר דעם קומענדיגער וואך מיט די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

האדמו"ר מטרעבישאן שליט"א ווערט געזעהן אינעם רייכן קארעטע אין שטאט בישטינא, נאכן פוקד זיים דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די ניין טעג.

וקווי ה' יחליפו כח • כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א וואס וויילט אין די טעג אין ארוזה שווייץ אויף אפרוה, ווערט געזעהן אינאיינעם מיט זיין זון צווישן די הויכע בערג.

הגאון האדיר הדיין רבי משה שאול קליין שליט"א וועלכער געפונט זיך אין דאוואס שווייץ אויף אפרוה, האט זיך באגעגנט מיט הגאון החסיד ר' שלמה צבי אלתר בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די שיטת הלימוד אין גור פון מזומנים. אינעם שמועס האט ר' משה שאול זיך אויסגעדרוקט אז א גערער חסיד מעג זיכער גיין שפאצירן אין די ניין טעג, ווייל ער איז מקיים דעם בכל דרכיך דעהו, מיטן חזר'ן מזומנים און טראכטן פונעם אויבערשטן איז עס זיכער נישט קיין פראבלעם.

כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ בית שמש שליט"א ביים לערנען אינעם רבינס פריוואטע שטוב אין חלנדודנא ווי די רבי וויילט אויף אפרוה.

הנגיד ר' יהודה טירנויער פון מאנסי אין א שמועס מיט רבו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א במקום הנופש אין הר יונה.

עזוב תעזוב • כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א ביים ארויסהעלפן אן אלטן איד צוזאמלייגן זיין טלית בבית מדרשו הגדול אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר מלעלוב שליט"א ווערט געזעהן אין אתרא קדישא מירון איידערן ארויפגיין פוקד זיין דעם ציון הרשב"י.

האדמו"ר מנדבורנה ירושלים שליט"א ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, לקראת די חתונה פון א קונד.

האט קרישקעס באמערקט האדמו"ר מפיטסבורג אין א שמועס מיט זיין שווער האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים, אויפן וועג קיין בישטינא אין אקרינע.

לקראת די גרויסע שמחת החתונה פון די יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, ווילן די עסקנים הערן דעם דעת הקהל איבער וויאזוי צו פארבעסערן און פארשענערן די שמחה.

שישו ושמחו • הגה"צ אב"ד צאנז טבריה שליט"א ביים שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צו בית מדרש צאנז אין חיפה, אין א טאנץ מיטן נדבן, בילד קרעדיט: א. אייזנבאך.

א שיין בילד פון המשפיע הגה"צ ר' אהרן טויסיג שליט"א ביים יערליכע דרשה ליל תשעה באב אין בית מדרש הגדול וויז'ניץ אין בני ברק.

אן הערליך געמאלן בילד פון מרן הרה"ק מריבניץ זיע"א.

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר ידידינו הרב אהרן יוסף פריעדמאן משמש בקודש ביי להבחל"ח מרא דארעא קדישא כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים זצוק"ל בעל שערי טוביה לרגל הולדת בתו למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר העסקן הנמרץ בנש"ק הרב יעקב דייטש בן הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה לרגל הולדת בתו למזל טוב.


bottom of page