top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרעכטיגן נייעם תלמוד תורה בנין דחסידי באבוב 45 גרייט נתחנך צו ווערן אין די קומענדיגע וואכן

פרייטאג פ' וזאת הברכה ערב יו"ט סוכות • י"ד תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס פרייד קוקן זיך תושבי בארא פארק און חסידי באבוב 45 צו אויף די דערפרייענדע הרחבת גבולי הקדושה, ווען נאך יארן פון העפטיגע בוי-ארבעט און גרויסע דערווארטונג, איז דער פראכטפולער נייעם מאייעסטעטישן תלמוד תורה בנין אויף די 15'טע עוועניו און די 41'סטע גאס שוין מער ווייניגער פארענדיגט מבית ומחוץ, און אצינד ווערן געמאכט די לעצט-פארבליבענע פעולות צו ברענגען דעם הערליכן בנין צו א שלימות, זיך צו קענען דארט אריינציען בעז"ה, אין א מזל'דיגע שעה, אין די נאנטע וואכן.


אין די טעג האט מען אראפגענומען די סקעפאלדס פונעם בנין, וואו עס האט זיך אנטפלעקט א הערליך בילד – זעהנדיג דעם ריזן אכט שטאקיגער געביידע על תילה בנוי' במלוא יפיו ותפארתו, וואס איז געבויט געווארן מיט א בליץ-שנעלקייט פון בלויז אנדערט האלבן יאהר.


די יעצטיגע דערגרייכונג איז א פראדוקט פון לאנגיאריגע אויסטערלישע כחות און דמים תרתי משמע, וואס די נהנהלת המוסדות, האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן די נייע בניני המוסדות במלוא תפארתם, אין מיט די הילף פון צענדליגע נגידים נכבדים תומכי מוסדות הקדושים וועלעכע האבן אלע בייגעשטייערט ריזיגע סכומים אנגעהויבן פון לכל הפחות 72 טויזנט דאללער און ארויף, צוזאמשטעלנדיג די נויטיגע געלטער וואס פארלאנגט זיך אויפצובויען אזא בנין.


די נייע בנין וועט בסייעתא דשמיא באנייט ווערן אויף די קומענדיגע שנת הלימודים – שנת תשפ"ד, אלס די פיפטע בנין התלמוד תורה ד'באבוב 45 אין בארא פארק. דאס קומט אין די זעלבע צייט גרייט זיך הנהלת המוסדות זיך איינצוקווארטירן אין נאך א נייעם געדינגענעם געביידע אויף די 17'טע עוועניו וועלכע וועט זיין דעיגנירט פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה ד'באבוב 45, וואו עס ווערן אצינד דורכגעפירט מאסיווע רענאוואציעס, אהערצושטעלן א פראכטפולער בית המדרש, חדר אוכל, שיעור צימערן און אלע אנדערע באדערפענישן וואס א ישיבה פאדערט, לרווחת לב רבנן ותלמידהון.



bottom of page