top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער ביים סעודת הילולא קמא פון מרן גאב"ד ירושלים זי"ע בעל שערי טוביה פאררופן דורך די עדה החרדית

דאנערשטאג פ' דברים - ב' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: שמואל דריי


טויזענטער אידן האבן אנטייל גענומען נעכטן נאכט ביים היסטארישן מעמד המרכזי סעודת הילולא לזכר נשמתו הטהורה פונעם רבן של ישראל מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים זי"ע בעל שערי טוביה ומרא דארעא דישראל, די צענטראלע מעמד איז פארגעקומען אינעם ריזן זאל נעבן ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף רחוב אבן האזל אין שכונת ויואל משה, במעמד אלפי ישראל ועל צבאם מרנן ורבנן גדולי ישראל שרי התורה חברי ביד"ץ העדה החרדית, אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות און הונדערטער תלמידים פונעם ירושלימער רב זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא.


די צענטראלע מעמד איז געווארן צוגעשטעלט דורך די הנהלת העדה החרדית, בית מדרשו פונעם רב זצ"ל שערי טוביה בראשות בנו יחידו ממלא מקומו הגה"צ ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א רב הביהמ"ד, און די בארימטע מבצר הכוללים על טהרת הקודש מיסודו פונעם רב, אינאיינעם מיט די סיום הש"ס המרכזי געלערנט געווארן דורך די פילצאליגע כוללים אונטערן שירעם פונעם גאב''ד'ס פעסטונג.


פאר לענגערע שעה'ן זענען די טויזענטער משתתפים געזעסן און אויסגעהערט ווארעמע און רייכע דרשות מפי אדמורי"ם ורבנים וחשובי העדה, וועלכע האבן אלע אייניג מעלה געווען זכרונו הבהיר פונעם בעל ההילולא, און זיין לעכטיגע ירושה וואס איז קאי וקיימא. דער יושב ראש המעמד איז געווען הרה"ג ר' פנחס לייפער שליט"א, און צוערשט האט ער מכבד געווען דעם יושב ראש פון מבצר הכוללים הרב שמעון ראטטער שליט"א אויפצוטרעטן מיט ווערטער לכבוד די יארצייט.


דאן האט אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד הרה"ג ר' אברהם הכהן ערנטרויא שליט"א ר"ם בישיבת ווילרייק ורב ביהמ"ד זכרון בנימין אין אנטווערפען, א תלמיד מובהק פונעם ירושלימער רב זצ"ל. און דערנאך האט מען געהערט ווארעמע ווערטער פון הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הביד"ץ, וועלכער האט מעורר געווען זכותו הגדול פונעם בעל ההילולא, ער זאל ווייטער אינזין האבן אויבן אין הימל זיינע באליבטע תלמידים, און די וואס זענען ממשיך צו גיין באורו הבהיר.


א ספעציעלע מכתב קודש געשיקט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ממעון קדשו אין הר יונה, איז געווארן פארגעליינט דורך בנו חביבו הגה"צ ר' ישראל קאהן שליט"א רב חסידי תולדות אברהם יצחק אין בארא פארק, און א ספעציעלע מכתב קודש געשיקט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ממעון קדשו אין עסטרייך, איז געווארן פארגעליינט דורך הרה"ג ר' ברוך יהודה היימליך שליט"א רב ומו"ץ בעדה החרדית ומרבני תולדות אהרן.


גאר שיינע דרשות און זכרונות איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, און דורך הגה"צ המשפיע ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, דורך הגאון הגדול ר' יהושע דוד טורטשין שליט"א רב קהילות הפרושים, און הנגיד החסיד ר' מנחם מארקאוויטש פון מאנסי, פטרון ספרי שערי טוביה ועמוד התווך של מבצר הכוללים על טהרת הקודש.


בחרדת קודש האבן זיך די טויזענטער משתתפים צוגעהערט צו די פייערדיגע דרשה דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן דורך א לייוו הוקאפ. ספעציעל איז געשטיגן די התרגשות ביים ציבור ווען מ'האט געהאט די זכיה צו אנטפאנגען כ"ק הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען ווארעמע דברי ברכה און דברי זכרון אויף ידידו ורעו דער ירושלימער רב זצ"ל.


דערנאך האט בנו יחידו הגה"צ ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א אב"ד שערי טוביה געמאכט דעם סיום הש"ס און משמיע געווען קורצע דברי זכרון, דברי נעילה האט מען געהערט פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און דערנאך זענען די טויזענטער באטייליגטע ארויסגעפארן מיט די צוגעשטעלטע באסעס צום הר הזיתים, פוקד זיין דעם ציון הק' להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים האבן זיך אנגעזעהן כ"ק האדמורי"ם ממשכנות הרועים, פינסק קארלין, קהל חסידי ירושלים, טשאקאווא, קאלושין, קרעטשניף טשערנאוויץ, חברי ביד"ץ העדה החרדית, הגה"צ ר' יצחק משה ערלאנגער, הגה"צ ר' משה וואלף זארגער דומ"ץ סאטמאר ירושלים, אב"ד ראחמיסטריווקא ירושלים, ראש ישיבת מיר, אב"ד חרדים, דומ"ץ גאלאנטא, ראש ישיבת תולדות אהרן, אב"ד סערדאהעלי, בני כ"ק האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק און תולדות אהרן, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים תלמידי חכמים ומרביצי תורה.









































































Comments


bottom of page