top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יפה עשיתם: האד' מסלאנים לויבט אויס האד' מגור פאר אגודת ישראל ארויסטריט פון קאאליציע

  • Bechatzros admin
  • 16 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 16 ביולי

מיטוואך פ' פנחס • כ' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

גאר שארפע און פייערדיגע דיבורים קילורין לעינים איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, איבער די פארשארפטע ביטערע גזירת הגיוס, וואו דער רבי האט ברייט אדרעסירט די דראמאטישע אנטוויקלונג אינערהאלב די רייען פון 'אגודת ישראל' מיט'ן פארלאזן די קאאליציע, וואס דער רבי האט שטארק אויסגעלויבט און מחזק געווען.


די דברות קודש איז געהערט געווארן דעם מאנטאג נאכט ביים גייסטרייכן מעמד "סיום סדר קדשים" פונעם רבי'נס טעגליכן שיעור וואס גייט אן שוין פאר "פערציג יאר", און ווי ברייט באריכטעט האט דער רבי שליט"א געמאלדן אז ער געט אויף זאגן דעם שיעור, און ער געט איבער פאר נכדו חביבו הרה"ג ר' שמואל שניאורסון שליט"א פון היינט און ווייטער פארצולערנען דעם טעגליכן שיעור פאר די פיצלאליגע מקשיבים מעדת צאן מרעיתו.


לכבוד דעם יומא טבא לרבנן, וואס דינט גלייכצייטיג אלס מעמד פרידה פונעם רבי'נס שיעור, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו אז נישט בלויז די לומדים זאלן מיטהאלטן, נאר עס זאל זיין א יומא טבא לכולהו רבנן, און מ'זאל לאדענען אלע חסידים תושבי בני ברק, צו קומען מיטלעבן דעם גרויסן מעמד.


צום באשטימטן זמן איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד, זיך געוואשן און געזאגט דעם הדרן און קדיש, און דאן משמיע געווען א פלפול חריף אין די סוגיא פון די לעצטע מסכת אין קדשים, משולב מיט מסכת נדה און ברכות, וואס מ'גייט יעצט אנהייבן לערנען.


דערנאך איז דער רבי אריבער צו דברי אגדה ומוסר, און שטארק מעורר געווען דעם ציבור זיך צו מחזק זיין אין קביעת עתים לתורה, זיך האלטן אפגעזונדערט פון די טריפה'נע גאס וואו עס דרינגען אריין אלע ערליי פירצות, און דאס קומט נאר ווייל מ'האלט זיך נישט מקושר מיט די תורה און מיט א דעת תורה.


דאן איז דער רבי אריבער צום הויפט נושא, די גזירת הגיוס, אויסשרייענדיג דעת קדשו הברורה, אז ווען דאס גאנצע יהדות החרדית וואלט געווען פאראייניגט אונטער איין אנטשלאסענע דיעה אז "קיינער גייט נישט אין מיליטער", וואלטן די רשעים קיינמאל נישט געקענט האבן קיין שליטה און ניטאמאל פרובירט צו מאכן גזירות, און דאס וואס זיי מאכן יא די גזירות, איז נאר צוליב די וואס עס איז דא ליידער "פשרות", דער זאל גיין און יענער זאל גיין, דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו "קיין איין איד האט נישט וואס צו גיין! נישט קיין חילוק יא בן תורה צי נישט בן תורה!" דער רבי האט בארירט די לעצטיגע גרויסע געשעעניש, ווען אגודת ישראל איז ארויס פון די ממשלה, זייענדיג משבח די דרייסטע שריט און הוראה פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואס האט באלד ביים אנהייב פונעם מערכה געלאזט הערן דעת קדשו אז די חרדישע חברי הכנסת האבן נישט וואס צו זוכן אין אזא ממשלה.


מיט ווייטאג האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מ'זעט בחוש אז די אלע וואס האלטן זיך צו א דעת תורה, טוען אזוי ווי די תורה פארלאנגט, און זיי פארלאזן די ממשלה, אבער ליידער איז דא חברי כנסת וואס זענען אזוי צוגעהאלטן צום בענקל, זיי זענען רבי'ס פאר זיך אליינס, און אז זיי פרעגן נישט קיין דעת תורה, טוען זיי וואס זיי וויל. דערצו זענען פארהאן אזעלכע וואס האבן געזעהן אז ס'איז דא א ליידיגע בענקל, האבן זיי זיך גלייך צוגעטשעפעט צו דעם, און נישט געקענט עומד בנסיון זיין.


דער רבי האט ממשיך געווען מיט שטארקע יסודות בעניני צניעות, און ספעציעל מתריע געווען קעגן די פריצות'דיגע לאנגע שייטלען, די נייע מאדערנע שטריימלעך, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב.


תגובות


bottom of page