דינסטאג פ' קרח - א' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
צווישן די תלמידים פון אַלע סניפי הישיבה גדולה ד'סאטמאר, גייען אין די טעג אן ערענסטע הכנות אין בעפאָרגרייטונגען מיטצולעבן די גייסטרייכע שבתים אין ניו העמּפשיר בצל הקודש פון כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א וואָס וועט דאָרט וויילן אויף אָפרוה פון אינמיטן חודש תמוז ביז אינמיטן חודש אב הבעל"ט.
ווי שוין איינגעפירט אַלע יאָרן, וועלן די בחורי חמד, תלמידים פון אַלע סניפי הישיבות האָבן די געלעגענהייט אַרויסצופאָרן קיין ניו העמּפשיר, מיטצוהאַלטן איינס פון די שבתים וואָס דער רבי שליט"א וויילט דאָרט אויף אָפרוה, און די תלמידים פון אַלע סניפים באַפלייסן זיך מיט די פארלאנגטע מטעם הישיבה דורך וועלכן די תלמידים האָבן דערנאָך די געלעגענהייט מיטצוהאַלטן די געהויבענע שבתים בצל הקודש.
גלייכצייטיג גייען שוין אן די הכנות אין בעטלהעם ניו העמּפשיר זעלבסט, לקראת בואו פונעם רבי'ן שליט"א און די אַנדערע זומער-וואַקאַציאָנערן וואָס וועלן דאָרט וויילן במשך די קומענדיגע וואָכן, ווען אין די טעג זענען שוין אריבערגעפאָרן קיין ניו העמּפשיר די שמשים, סּפעציעל כדי צוצוגרייטן דאס ביהמ''ד אין די מהודר'דיגע מקוה אינעם ישוב, אַז עס זאָל שוין זיין גרייט אויף ווען דער ציבור קומט אן, להרבות טהרה בישראל.
Comments