ברוך הבא: מאסן וויזניצער חסידים מקבל פנים געוועהן האד' מוויזניץ נאכן וויילן לאנגע צוויי חדשים אין שווייץ אויף אפרוה
- sfbechatzros
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
הונדערטער חסידי וויזניץ האבן נעכטן מקבל פנים געוועהן פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס האט זיך צוריקגעקערט קיין ארץ הקודש, נאכן זיך אויפהאלטן די פארגאנגענע צוויי חדשים אין שווייץ אויף מנוחת הנפש.
דער שטעטל מאלויע שווייץ האט כמידי שנה בשנה ווי אויפגעלעבט אין די וואכן וואס דער וויזניצער רבי האט זיך דארט געפונען צווישן די שטילע בערג מיט די געבענטשטע לופט, במיוחד האבן פילע וויזניצער חסידים פון די אייראפעישע שטעט און עמך אידן מיטגעהאלטן די שיינע שבתים בצל הקודש, ווען דער שטעטל מאלויע איז אין די צוויי חדשים טראנספארמירט געווארן אין א פולקאמע וויזניצער שטעטל.
די חסידים האבן זיך געגרייט וואכן לאנג צום רבינס אהיימקומען, און באזונדער האט מען אין די מוסדות החינוך געמאכט אן הכנה דרבה לקבל פני הקודש.
נאכמיטאג האבן די חסידים אפגעווארט דעם רבי'ן שליט''א ברחובה של עיר אנקומענדיג לביתו נאווה קודש. ביינאכט איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים אין גרויסן ביהמ"ד אויף רחוב שלמה המלך, ווי דער ציבור חסידים האבן מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה.
ביים מעמד האט מען געהערט לענגערע דברי אלוקים חיים און דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט זיינע רגשי הלב אז מען זעהט זיך ב"ה מיטן היימישן עולם, נאך לאנגע צוויי חדשים. דער רבי האט דערציילט איבער די גוטע גריסן וואס ער האט ערהאלטן פון רבנים חשובים גדולי תורה וועלכע האבן אין לויף פון די זומער פארהערט די בחורים און קינדער אין די מוסדות און במיוחד ארויסגעברענגט זיינע הרגשים נאכן קורצן באזוך אין אמעריקא פארלאפענעם חודש תמוז וואו דער רבי האט פארברענגט מיט די ארטיגע וויזניצע יונגעלייט.
דערביי האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וואס זענען געשטאנען געטריי לימין קדשו דורכאויס די אפרוה-וואכן, דער בעל האכסניא ר' דוד אריה גאליצקי הי"ו, ר' חנא כהנא הי"ו, ר' אברהם פיפקא הי"ו און די גערטייע משמים בקודש הרב נטע יצחק שארף הי"ו און הרב בעריש געפנער הי"ו וועלכע זענען געשטאנען צו די האנט און צוגעשטעלט אלע באדערפענישן פאר'ן רבינס שטוב דורכאויס די נסיעה.
נאך די דברות קודש האט מען ממשיך געוועהן מיט די ניגוני שמחה, און דערנאך זענען די זקני ונכבדי העדה דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן, באזונדער האט דער רבי פארטיילט מזונות און געוואונטשן מזל טוב פאר די בעלי השמחה וועלכע האבן געפראוועט שמחות די לעצטע תקופה בעת דער רבי האט זיך געפונען אין אויסלאנד.



















