ונשמע קולו בבואו אל הקודש: אלפי חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן סליחות ראשונות בצל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
- sfbechatzros
- 14 בספט׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 14 בספט׳
זונטאג פ' נצבים • כ''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
טויזנטער חסידי וויזניץ האבן מוצאי שבת זיך פארזאמלט תחת קורת גג אחד אין ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ צו די סליחות ראשונות אין שפיץ פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דאס התעוררות אין ביהמ"ד איז געוועהן אין לתאר בשעת די אמירת סליחות פונעם רבי'ן שליט"א ונשמע קולו בבואו אל הקודש, מיט א געוואלדיגן התעוררות.
ווי באריכטעט האט מען היי יאר צוריק גערוקט די זמן פון אמירת סליחות צו 10:30 אנשטאט נאך חצות ווי דער מנהג, צוליב די שוואכקייט ביים רבי'ן. מוצאי שבת איז דער רבי אריינגעקומען קיין קרית וויזניץ פון מושב אורה, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד און זיך געגרייט צו סליחות בדחילו ורחימו.
צום באשטימטער זמן נאך 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און זיך מתעטף געועהן אין די ירושה טלית פון זקינו הרה"ק בעל "אמרי חיים" מוויזניץ זי"ע. בעפאר סליחות האט דער גבאי הרב שאול גרינבערגער שליט"א אויסגערופן די יערליכע אפיעל לטובת דעם קופת הקהל "להחיזקם ולהחיותם".
די התרגשות ביים ציבור האלפים איז געוועהן גרויס הערנדיג קולו בקודש פונעם רבי'ן ביים אהייבן אשרי יושבי ביתך ממעמקי לבו הטהור, דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט אין א מייק און זיין שטימע האט זיך גוט געהערט אינעם גאנצן ארום, ביים זיך מתחנן זיין לפני מלך מלכי המלכים, ווי דער בית מדרש איז פאר גאנצע שעה געוועהן א חטיבה אחת פון התרוממות והתעלות.נאך אמירת סליחות האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדרייט צום עולם און אנגעהויבן עטליכע ניגונים פון די הייליגע טעג, וואס האט אריינגעצויגן די טויזנטער חסידים אין א ימים נוראים'דיגע אטמאספערע, ותהי המקום לחרדת אלוקים, ווען דער רבי שליט"א טוט מעודד זיין די ניגונים באנפין נהירין.איידערן פארלאזן דאס ביהמ"ד האט דער רבי אנגעוואונטשן דעם פילקעפיגער ציבור א גוטע וואך, און א גוט געבענטשט יאהר.
דער רבי האט איבערגענעכטיגט אין קרית וויזניץ בני ברק וואו ער וועט היינט דורכן טאג אויפנעמען די זקני החסידים און נכבדי העדה מיט קוויטלעך לברך ולהתברך בברכת השנים.






















