פרייטאג פ' נצבים וילך • כ"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: שוקי לרר
אויף דעם שבת פ' נצבים וילך - שבת סליחות וועט כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזענבורג שליט''א פארבלייבן אין ארץ ישראל, אנדערש ווי דער ארגינעלער פלאן, צוליב דעם וואס די רבי האט נעכטן פארשפעטיגט דער לעצטע עראפלאן קיין ניו יארק אויף שבת.
די רבי שליט''א וועט וויילן אויף שבת אין ירושלים אין פראווען די תפילות אין טישן אינאיינעם מיט קהל חסידיו בבית האכסניא אין די מאה שערים געגענט.
מיט בלויז געציילטע שעהן פארליבן צו שבת זענען די עסקנים אצינד אריינגעטוהן ראשם ורובם צו טרעפן א פאסיגן ארט וואו די רבי זאל קענען זאגן די סליחות ראשונות אינאיינעם מיט די הונדערטער חסידים תושבי ארץ הקודש. מיט פארשידענע פלענער אין אפציע'ס אויפן טיש איז דערווייל נאכנישט פארהאן קיין ענדגילטיגע החלטה.
די רבי שליט''א וועט לויטן יעצטיגן פלאן צוריקפארן קיין ניו יארק די קומענדיגער וואך.
Comentarios