top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בַּקְּשׁוּ רַחֲמִים • הגה"צ הישיש רבי אהרן מרדכי רוטנער אנגעוויזן אויף רחמי שמים

זונטאג פ' דברים - כ"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


בקשו רחמים: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין אין מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון הגה"צ הישיש רבי אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וואס געפינט זיך אין די לעצטע פאר טאג אין א שטארקע חולשה נאכן אומפאלן אין שטוב און איז אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל.


אויפן ראט פון די דאקטוירים איז מען נישט אריינגעפארן אין שפיטאל, רבי אהרן מרדכי געפינט זיך אין שטוב אונטער די אויפזוכט פון א געלונגענע שטאב פון איבערגעגעבענע דאקטוירים מומחים כדי צו פארזיערכן די העכסטע מאס זיכערהייט ארום זיין געזונט צושטאנד, דער ציבור איז מרבה תפילה לבריאותו השלימה וחיזוק הכוחות פון הרה''צ רבי אהרן מרדכי בן חנה לרפואה שלימה.

Comments


bottom of page