top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפאפא ארויסגעפארן קיין לינדען אין אפגעראכטן סעודת ראש חודש מיט עדת חסידיו תושבי העיר

דינסטאג פ' חקת בלק - ח' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי פאפא אין לינדען זענען אין העכסטע ספערן נאך די ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אין שטאט לינדען, ווי די רבי איז ארויס מגדרו אין האט צום ערשטן מאל געפראוועט א ראש חודש טיש אינאיינעם עדת צאן מרעיתו די חסידים תושבי לינדען.


ליל ראש חודש תמוז איז דער פאפא רבי שליט"א ערשינען בשערי העיר, און באלד צוגעפארן צום נייעם בית המדרש דחסידי פאפא, וואו עס האבן אפגעווארט די צענדליגע חברי הקהילה, און תושבי העיר, מען האט געדאוונט מנחה און דערנאך האט זיך די ציבור געוואשן צום סעודת ראש חודש.

דערנאך איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור, די רבי האט זיך געוואשן און מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש, דאן האט אויפגעטראטן איינער פון די חברי הקהילה וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע ווארעעקייט און חסידישקייט מיט וואס די בית מדרש פירט זיך תחת הדרכתו פונעם רבין, און די רגשי הכרת הטוב צום רבין וואס עיניו ולבו שם כל הימים פאר די אויפבליה פונעם נייעם בליענדן ישוב, דערנאך האט די רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש, ארומרענדיג בשבח המקום, און ארומגערעט איבער מקבל זיין פון רבי'ס און זיך האלטן צום דרך הסלולה.


ביים קוגל האט די רבי פארטיילט שיריים פאר די גבאי הבית מדרש און חברי וועד קרן הבנין, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען בנו הרה"צ ר' מאיר גרינוואלד, דערנאך האט די רבי געדאוונט מעריב, און דערנאך צוגעפארן צום שטוב פון איינער פון די חסידים ווי די רבי האט קובע געווען א מזוזה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים.


די געהויבענע באזוך פונעם רבי'ן אין לינדען לאזט איבער א גאר שטארקע רישומא קדישא אויף חסידי פאפא תושבי העיר אריינבלאזנדיג אין די חסידים טללי תחיה והתעלות.













Commentaires


bottom of page