top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי וחסידי דושינסקיא בעיר הבירה לאנדאן איינגעהילט אין התרגשות צום ביקור חיזוק פון האד' מדושינסקיא

דאנערשטאג פ' פינחס - י"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


ברגשי קודש גרייטן זיך דושינסקיא חסידים תושבי עיר הבירה לאנדאן צו מקבל זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע וועט אנקומען בשערי העיר אויף א קורצן ביקור חיזוק והתעלות בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי לאנדאן, און צום הויכפונקט דער שבת המתאחדת פרשת מ'טות-מסעי' וואס די רבי שליט"א וועט פראווען במקהלות עם קודש חסידי ואוהדי בית דושינסקיא תושבי לאנדאן.


ווי באקאנט איז די רבי שליט"א ארומגערפארן צווישן די שטעט דורכאויס די חדשי הקיץ אין אפגעראכטן געהויבענע שבתים בקרב הקהילות הקדושות אין אלעד און אשדוד בארצינו הקדושה, אצינד האט די רבי שליט"א אויסגעדריקט רצון קדשו אפצופליען קיין לאנדאן לעשות את השבת בקרב הקהילה וואס ציילט זיך שוין היינט אריבער 60 משפחות בליעה"ר.


דערביי וועלן די חסידים האבן די געלעגנהייט להתחמם לאורו הבהיר פונעם רבי'ן ביי די געהויבענע תפילות און לעכטיגע טישן, און זוכה זיין צו הערן דברי אלוקים חיים מפום ממלל רברבן, און זיך אנצושעפן מיט הויפענעס חיזוק און חיות דקדושה.


לויטן פלאן וועט דער רבי זיך ארויסלאזן אין וועג דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת מטות מסעי הבא עלינו לטובה, און זיך אויפהאלטן אין שטאט ביז מאנטיג דברים, ווי דורכאויס די ימי הביקור וועט די רבי באזוכן אין די נייע תלמוד תורה דחסידי דושינסקיא אין די צוויי כוללים אין די קהילה און אויך אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך לעצה ולברכה.

Комментарии


bottom of page