top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב 45 באזוכט אין הכנסת אורחים רבי ר' אלימלך'ס הויף אין ליזענסק

דינסטאג פ' כי תצא - ה' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


נעכטן נאכמיטאג אנקומענדיג קיין ליזענסק האט כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א באזוכט אינעם בנין הכנסת אורחים ''רבי ר' אלימלך'ס הויף", אויפן פערזענדליכער איינלאדענונג פון הרה''צ רבי דניאל רוקח האדמו''ר מליזענסק וועלכע האט געלאדענט דעם רבי'ן אויף א באזוך אין דער היסטארישער הויז וואס איז געווען ביתם נאוה קודש פון אדמור"י ליזענסק פארן ערשטן וועלט קריג אין איז אין די פארגאנגענע יארן צוריק געקומען צום שורש, וואו עס איז דארט אויפגעשטעלט געווארן א ביהמ"ד, א היכל התורה, און א פולשטענדיגע הכנסת אורחים. די רבי שליט''א האט קובע געוועהן א מזוזה ביי איינע פון די טירן אין דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים ווי די רבי האט געשמועסט איבער דער קדושת המקום אין די רישומא דקדושה פון דעם הייליגן ארט, אין זיך אינטערסירט אין די אקטיוויטעטן פונעם הכנסת אורחים וואו עס ווערט פארטיילט מזון וצידה בחנם א גאנץ קיילעכיג יאר.









Comments


bottom of page