top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פארקסוויל • האד' מבאבוב 45 ביים אנקומען אין מחנה מתיבתא באבוב 45 אויף די ימי הקיץ

מיטוואך פ' דברים - א' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער


כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג אנגעקומען צום מחנה מתיבתא ד'באבוב-45 אין פארקסוויל ווי די רבי שליט"א וויילט יערליך במשך די זוממער וואכן.


די רבי שליט"א איז תיכף צוגעפארען צו ביתו נאוה קודש אינעם קעמפ ווי עס האבן דארט אפגעווארט דעם רבי'ן די הונדערטער תלמידי הישיבה און די חשובע מגידי שיעור און מנהלים, אין מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה ובזמרה און אריבער ביים רבי'ן שליט"א שלום נעמען.


פרייטאג פארטאגס איז די רבי אנגעקומען אויף א פלוצלינגדיגע באזוך בהיכל הביהמ"ד אינעם קעמפ און געשעפט גרויס קורת רוח ווי דאס ביהמ"ד איז שוין געווען איבערגעפילט מיט די הונדערטער בחורים וואס זענען געזעצן אין געלערנט מיט גרויס התמדה, שפעטער ביינאכט איז די רבי שליט"א ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף די בנינים אינעם קעמפ וואס זענען איבערגעפרישט געווארען לקראת דער היי יעריגע זוממער און ביי די פריש צוגעבויעטע דארמארטארי צימערן וואס זענען דאס יאר צוגעבויעט געווארען כדי צו קענען אריין נעמען די הונדערטער בחורים תלמידי המתיבתא וואס שטייגט בלעיה"ר פון יאר צו יאר.


און אזוי אויך האט די רבי דעם אנגעהויבן פארלערנען די שיעורים וואס די רבי טוט איבערגעבן בקביעות דריי מאל אין וואך פאר די תלמידים, נאכדעם וואס די לעצטע צוויי וואכן בעת ווען די רבי האט נאך געוויילט אין בארא פארק האט די רבי איבערגעגעבן די שיעורים א דורך א לייוו הוקאפ אויפן טעלעפאן.


די תלמידי הישיבה האבן די זעלטענע זכי' אז די רבי שליט''א טוט מקדיש זיין די זוממער וואכן צו וויילן אינאיינעם מיט די בחורים ווי די רבי שליט"א טוט אנהאלטן זיין סדר היום פון הרבצת התורה מיט די שיעורים קבועים אין די יסודות'דיגע שמועסן אין הדרכות וואס די רבי טוט איבערגעבן פאר די תלמידים הקרויים בנים וואס באגלייט זיי א גאנץ לעבן אין בפרט די שבתים אין קעמפ וועלכע פארבלייבן איינגעקריצט ביי די בחורים לאורך ימים.


דעם רבינ'ס טיר איז דוכאויס די זומער וואכן שטענדיג אפען פאר די בחורים אריינצוגיין און אנפרעגן כל משאלות לבם ברוחניות ובגשמיות. אזוי אויך האבן די בחורים די ספעציעלע זכי' צו באגלייטן דעם רבי'ן צו און פון די תפילות איינגעטיילט לויט א ספעציעלע סדר ווי די בחורים האבן די געלעגנהייט זיך אויסצושמועסן מיטן רבי'ן אין אלע ענינים.










Komentáre


bottom of page