top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' דברים - ב' אב תשפ"ג | קול בחצרות

 

אינעם טעגליכע גוט מארגן צעטל אין וויליאמסבורג האט זיך די וואך אנגעזעהן ביי די שדכנים א נייער שדכן, נישט קיין צווייטער ווי כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.

אב ובנו • כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז ביים לערנען בחברותא מיט זיין זוהן אין אראזא שווייץ אויף די בערג.

במחיצתו של צדיק • הארט נאכן פטירה פון הגה"צ המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער זצוק"ל האט קרישקעס באמערקט פונעם פענסטער הרב משה יוסל צימענט משב"ק כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מתפלל זיין אינעם חדר מיוחד פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי זצוק"ל.

הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצוק"ל מגדולי המקובלים בארץ הקודש און דיין ומורה צדק בק"ק מחזיקי הדת בעלזא, האט זוכה געווען בשחר טל ילדותו צו משמש זיין בקודש פנימה ביי מורו ורבו הרה"ק מבעלזא זי"ע, אלע יארן איז ער געווען א דולה ומשקה מתורת רבו הגדול פאר די פילע אידן המשכימים לפתחו. אינעם בילד ווערט געזעהן הרה"צ ר' אהרן מרדכי ביים ווינטשן מזל טוב פאר יבלחט"א האדמו"ר מבעלזא שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכדו.

בשיח סוד • האדמו"ר מוויז'ניץ ביים באזוך דער וואך ביי שאר בשרו האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.

בנאות דשא • הגה"צ רבי יוסף דוד שנעבאלג שליט"א אב"ד שערי תפילה אויף א שפאציר אין די קאנטרי ארומגענומען מיט תלמידיו וחסידיו.

די מקווה טהרה מיט וואס כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א טוט זיך באנוצן, די מקווה איז געברענגט געווארן פון פרעשבורג די אמאליגע מקום הנופש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אויף א שפאציר די וואך אין הר יונה, מיט הרה"ח ר' מנחם אליעזר מאזעס, וואס האט געדינט אלץ משב"ק ביי הרה"ק בעל אמרי חיים מוויז'ניץ ווי מען האט צוניפגעשמועסט שיינע זכרונות פון אמאל.

האד' מתולדות צבי דספינקא ווערט געזעהן שפאצירנדיג אויף די קרית יואל'ער גאסן מיטן סאטמארער עסקן ר' יואל ווייס.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף א שפאציר די וואך אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק.

הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויז'ניץ בנאות דשא אויף די בערג אין סט. אנטון עסטרייך.

כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א בנאות דשא אינאיינעם מיטן לעגענדארער משב"ק לבית בעלזא הרב שמעון וואלף קליין.

בנאות דשא • האדמו"ר מדז’יקוב גבעת זאב נאך א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין הר יונה.

כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א די וואך ערב ראש חודש ביים מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה.

כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא אויף א תפילה ביים ציון פון הרה"ק רבי יהודה'לע מדזיקוב זי"ע אין לאנדאן.

אן אינטערסאנטע בילד איז פארשפרייט געווארן פון הגה"צ גאב"ד אנטווערפען ביים ארויסנעמען דעם אלעמען באקאנטן שמוליק כץ, א בחור מיט ספעציעלער געברויכן אויף א שפאציר אין די שווייצע בערג.

נאך א בילד פונעם אנטווערפענער רב ביים פארהערן הילד דוד קליין בן הגאון רבי יעקב יצחק קליין דומ"ץ וויז'ניץ אויף מסכת מגילה בע"פ וואס ער האט געלערענט במסגרת הלימוד אחי"ם ע"פ תקנת קדשו פון האדמו"ר מוויז'ניץ.

מעמד ברכת כהנים בארה"ב • דעם ראש חודש אב איז פארגעקומען אין אמעריקע אן אייגנארטיגע 'מעמד ברכת כהנים', ווען עס האבן זיך פארזאמעלט איבער א מנין כהנים אין א שטוב פון א חולה אין אפגעראכטן די סגולות המקובלים אלס א סגולה לרפואה, די בארימטער 'רייזמאנ'ס ארגענאזאציע' האט פאררופן דעם מנין שחרית אינעם שטוב פונעם חולה, אין דערנאך איז געווען הלל אין מוסף, אין דעם גערהויבענעם מעמד ברכת כהנים לרפואת אלתר נפתלי בנציון בן מינדל לרפו"ש.

והיה כנגן המנגן • כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א דעם ראש חודש ביים מסיבת לחיים אין מחנה קראלי יונגל קעמפ, קרישקעס האט באמערקט דעם בארימטן בעל מנגן הרב יעקב שלמה גראס וועלכער דינט אלץ ראש המדריכים אינעם קעמפ, ביים אנפירן די ניגונים.

ערב ראש חודש • כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א און האדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א אויף א תפילה ביים ציון הקדוש פון הרה"ק מריבניץ זיע"א ביי חצות הלילה.

שיח סוד • כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א אין א שמועס מיט האדמו"ר מטרעבישאן אינעם לופטפעלד איידערן אפרייזן אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אונגארן.

כאחד האדם • אין א זייטיגע ווינקל אינעם לוד לופטפעלד האט קרישקעס געזעהן האדמו"ר מנדבורנא ביתר שליט"א זיצן כאחד האדם פארטופט איבער א ספר.

כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אויפן פליגער אונטערוועגנס צום דאטשע אין עסטרייך.

‏הרה"צ ר' אברהם מרדכי אלתר בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנקומענדיג צום האטעל אין עסטרייך ווי ער וועט וויילן די קומענדיגע וואך אויף אפרוה.

א מודעה וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן מטעם קהל יטב לב דסאטמאר אין בארא פארק אין די מקווה צו דערמאנען דעם ציבור נישט צו גיין אין שאוער אין די 9 טעג.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וואס וויילט אין די טעג אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אונגארן באגריסט זיך מיטן בארימטן משמח יענקעלע ירושלמי קארענבליט.

קרישקעס האט די וואך באמערקט האדמו"ר מסטראפקוב ארויסקומען פונעם אכסניא אין שיקאגו איידער תפילת שחרית גייענדיג אין בית מדרש.

צום ערשטן מאל נאכן סטראוק, איז כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה אנגעקומען אויף א תפילה צום קבר רבי מאיר בעל הנס אין טבריה זיע"א.

בחורי נדבורנה ביתר ביים שרייבן קוויטלעך, ביי די נסיעה צו די מקומות הקדושים בראשות דעם רבי'ן, ביים ציון הקדוש פון רבי מרדכי'לע אין שטאט בישטנא.

חסידים ואנשי מעשה זענען מתפלל ביום ההילולא ביים ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע אין שטאט אוהעל, ווערט אויך געזען הגה"צ אב"ד סיגעט בן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וואס האט געוויילט בראש קהל חסידיו אויף שבת אין אתרא קדישא מירון, מוצ"ש אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ ר' אלעזר שטערן שליט"א אב"ד מירון.

קרישקעס האט די וואך באמערקט הרב מאיר פרוש ביים מסע הקודש פון האדמו"ר מערלוי שליט"א אינעם עיר האבות ערלוי אין אונגארן.

כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ביים דערציילן סיפורי צדיקים דעם מוצאי שבת במקום הנופש אין עסטרייך נאך חצות הלילה, ווערט געזעהן דעם בארימטן חזן הרב ישראל אדלער.

כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ביים מקבל פנים זיין האדמו"ר ממודז'יץ שליט"א ביים אנקומען קיין עסטרייך.

דברי מחאה פון האדמו"ר משפיטיווקא קעגן די זה מזה סאטמארע ביזנעס עקספא, ווי מען האט נישט אריינגעלאזט קיין משולחים גיין נאך געלט.

כ"ק אדמו"ר מספינקא 18 ביים זאגן תיקון חצות ביים שריד בית מקדשנו דער כותל המערבי.

החתן יוסף שמעון שעכטער הויז בחור פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א גרייט זיך צו זיין חתונה דעם קומענדיגן חודש אלול, אויפן בילד ווערט געזעהן יוסף שמעון איבערגעבן א הזמנה פאר כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפן.

ביים שמחת הברית לבן הנולד ביים מנכ"ל פונעם בארימטן 'מלכות קאפעליע' אברמי גולדשטיין האט קרישקעס באמערקט די משפיע הגה"צ ר' אלמלך בידערמאן שליט"א מלעלוב וואס האט געדינט אלס סנדק ביים ברית, אין א פעריוואטער שמועס מיטן אבי הבן נאכן ברית, ווערט געזעהן דער בעל מנגן ר' אראלע סאמעט.

"קול באבוב" טעלעפאן-ליניע דחסידי באבוב-45, וואו די נומערן 45 ווערן קריעטיוו קאמבינירט אין די רייע פון די טרייבל-נומערן.

ירושלים עיה"ק • א ריזיגער קרעין איז אויפגעבויעט געווארן די וואך ביים שטח הבניה פאר'ן נייעם בנין האדיר בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אויף רחוב יחזקאל צו קענען פאראויסגיין מיט די ארבעט.

אב"ד קלוזש באזוכט ביי האדמו"ר מקוזמיר, ביים בליץ באזוך אין קרית טאהש, אין שטוב פון הרבני ר' ישראל זונדל סאנדעל.

הרב משה גבאי אין קרעסטיר, פארברענגט אינאיינעם מיט ר' הערשל ראטער מראשי קהילת סאטמאר, וועלכער איז בשעתו געווען פון די גרויסע שטיצער פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) אין בני ברק.

מודעה וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן מטעם קהל ספינקא מאנסי איבער די זמנים פונעם נייעם הערליכן שוויץ וואס איז אין די טעג אריין אין באנוץ אין ביהמ"ד אין די עירמאנט געגענט אין מאנסי.

קידוש השם אין סאטמאר ביהמ"ד אין בני ברק, די עירקאנדישן איז נתנדב געווארן לע"נ הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע.

הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי דספינקא נאכן דערגרייכן דעם ציל פונעם קאמפיין לטובות הישיבה צו איבער צוויי מיליאן דאללער.

לרגל ההילולא • אן הערליך געמאלן בילד ערשיינט אין די טעג ארום די דריי אין צוואנציגסטע יארצייט פון מרן הרה"ק מבאבוב זיע"א.

קרישקעס וועכענטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר הרב אהרן יאראוויטש מעסקני חצר הקודש תולדות אברהם יצחק ומנהל 'קו הקהילה' לרגל שמחת הולדת הבת בשעה טובה.


א ברכת מזל טוב פאר הרב אליהו דויטש משב''ק האדמו"ר מנאדבורנא באניא שליט"א לרגל שמחת הולדת הבן למזל טוב. אינעם בילד: ביים ארויסבאגלייטן דעם רבי'ן נאכן סעודת ברית.

א ברכת מזל טוב פאר הרב יודא יואל ניימאן משב''ק האדמו"ר מקאשוי שליט"א לרגל שמחת החאלקא לבנו בכורו למזל טוב. אינעם בילד: ביים לחיים נאכן חאלאקא.


bottom of page