דאנערשטאג פ' דברים - ב' אב תשפ"ג | קול בחצרות
מיט צער און טרויער האבן חסידי בעלזא אויפגענימען די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע בשורה פונעם דיין הרה"ג החסיד רבי צבי יהודה הלוי שיש זצ"ל, מפארי וחשובי רבני בעלזא און ראש הכולל להוראה דחסידי בעלזא אין בני ברק וועלכער האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון 56 יאר, נאכן ליידן יסורים ומכאובים וואס ער האט מקבל געווען בדומיית אמונה.
די נפטר איז געווען א זוהן פון הרה"ח ר' שמואל שיש ז"ל מחשובי חסידי בעלזא אין בני ברק, וואס האט געצויגן זיין יחוס מגזע ארלאים ותרשישים צום הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע און נאך קדושי עליון, און אן איידעם פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס ז"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא.
ר' צבי יהודה האט כל ימיו עוסק געווען על התורה והעבודה און איז געווען א בקי עצום בתורה והוראה, מיט איבער צעהן צוריק איז ער אויפגענימען געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אלס דיין אין ביד"ץ דקהל מחזיקי הדת בעלזא אין בני ברק, און צוגאב איז ער נתמנה געווארן אלס ראש כולל להוראה דחסידי בעלזא אין בני ברק.
ובמקום גדולתו שם אתה מוצא ענוותונותו איז ר' צבי יהודה געווען א מוסטער פון אן ענוותן כהלל ושפל ברך, און איז אנטלאפן פון סיי וועלכע גינוני כבוד און פרסום, און האט אריינגעלייגט כוחות עצומות אין די הצלחה פונעם כולל און אז די יונגעלייט זאלן שטייגן בתורה והוראה.
מיט עטליכע חדשים צוריק האט מען ליידער אנדעקט ביי אים די ביטערע מחלה, און ער האט געליטן פון ביטערע יסורים, די לעצטע וואך האט ער געליטן פון א הארץ אטאקע און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, אין היינט נאכמיטאג האט ער צוריק געגעבן זיין לויטערע נשמה ליוצרה לדאבון לב בני משפחתו וכל מכיריו, שטייענדיג נאך אין די שנת האבל צו די פטירה פון זיין שווער, אין איבערלאזנדיג נאך זיך א שטוב מיט יתומים, אריינגערעכנט א כלה געציילטע חדשים איידער די חתונה.
די לוי' גייט ארויס היינט 3:30 נאכמיטאג פון זיין שטוב אויף רח' קהילות יעקב אין בני ברק, דורך די בעלזא בית מדרש זכרון רפאל און שפעטער נאכמיטאג אום 6:30 נאכמיטאג פון בית הלויות סנהדריה אין ירושלים דורך בית מדרש הגדול אין קרית בעלזא צום הר המנוחות ווי ער וועט געברענגט ווערן למנוחות עולמים.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
Comments