top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר איז קובע מזוזות אינעם נייעם "איגוד הסופרים" לאקאל אין קרית יואל

מוצאי שבת פ' שופטים - ב' אלול תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


מיט אומגעהויערע שמחה איז דעם דינסטאג פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות פארן נייעם פראכטפולן לאקאל פון 'איגוד הסופרים צענטער' אינערהאלב דעם וועד הסת"ם שע"י בית הוראה קרית יואל וואס אנטשפרעכט א פרישע דורכברוך אין די ברייטע אויפוואכונג וואס הערשט אין געביט פון סת"ם.


די מעמד איז פארגעקומען אין שפוץ פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס על פיו איז געפענט געווארן דעם איגוד הסופרים צו שאפן א לעזונג צו די שרעקליכע מכשולות פון פסול'ע מזוזות אויף וואס די רבי שליט"א טוט כסדר מעורר זיין אין די לעצטע תקופה ווי ברייט באריכטעט דא אויף בחצרות.


צום ערשט איז די רבי שליט"א אריין אינעם געשעפט און זיך אומגעקוקט אויף די אויסשטעלונג און קאאליציע פון די מזוזות פון צענדליגער סופרים מומחים ויראי ה' פון קרית יואל, דאן האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג פונעם לאקאל און מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ וועלכע שטייט בראש פונעם פראיעקט צו קלאפן א מזוזה. דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם יושע און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דברות קודש ודברי ברכה פאר אלע עוסקים ומסיעיים במלאכת הקודש, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם יהושע ווי ער האט ארויסגעברענגט די מטרה פונעם פראיעקט און די ווייטערדיגע פלענער פון דעם נייעם צענטער מזכה זיין תושבי העיר קרית יואל רבתי מיט די מהודר'דיגסטע סת"ם וואס שייך.









bottom of page