מונטאג פ' דברים - כ"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו
מיט צער און טרויער ווערט אויפגענומען די שווערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר משאץ הרה"צ רבי יוסף חיים מאסקאוויטש זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא, וועלכער איז יעצט ביינאכט נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון אכט און זיבעציג יאר, נאכן נישט זיין געזונט די לעצטע שטיק צייט.
דער רבי זצ"ל איז געווען א זון פון הרה"צ ר' יחיאל מיכל מאסקאוויטש זצ"ל, און א באליבטער אייניקל ביי הרה"ק רבי שלום משאץ זי"ע, משחר טל ילדותו איז ער שוין געווען באקאנט מיט זיין התמדת התורה, טראץ וואס ער איז נאך אלס בחור פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין טאטן, אלס בחור איז ער געפארן לערנען אין די וויזניצע ישיבה אין בני ברק, וואו ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע.
דער רבי זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי שמואל יודא מדעעש מיאמי זצ"ל, און אוועקגעשטעלט דעם שיינעם הויף אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וואו די שאצע בית המדרש איז געווען א לייכט טורעם פאר די גאנצע געגנט, דער רבי איז געווען א תלמיד חכם עצום און ידען נפלא, מחבר געווען פילע ספרים על התורה ומועדים, ש"ס און הלכה, און פילע מקצועות בתורה, ער איז געווען א מגיד מישרים און אויפגעטרעטן מיט רייכע דרשות בעניני חינוך והמסתעף.
די לעצטע שטיק צייט איז דער רבי געווען זייער נישט געזונט, פארגאנגענע וואך איז ער אריינגעפירט געווארן אין די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, וואו עס איז היינט נאכמיטאג אנטשטאנען א שטארקע פארערגערונג אין די מצב הבריאות. יעצט ביינאכט איז דער רבי נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון אכט און זיבעציג יאר, לדאבון לב פילע תלמידים חסידים ואנשי מעשה און די גאנצע משפחת המלוכה.
דער רבי לאזט איבער א הערליכע דור, בנו יחידו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' יצחק מיכל מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ, ורב ביהמ"ד שאץ אין מאנסי, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ''ל, און חשובע איידימער תלמידי חכמים ומרביצי תורה.
פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Comments