top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פריידיגע שטימונג צו דער גרינדונג פון ישיבה גדולה "מתיבתא דספינקא" בנשיאות האד' מתולדות צבי דספינקא

מונטאג פ' דברים - כ"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פאזיטיווע אטוויקלונג ווען עס וועט זיך צום קומענדיגן זמן הלימודים תשפ"ד עפענען א נייע ישיבה גדולה "מתיבתא תורת צבי דספינקא", וואס וועט שטיין בנשיאות כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א.


די ישיבה מתיבתא דספינקא וועט זיין א המשך צו די בארימטע ספינקער ישיבה קטנה אין קרית יואל וואס גייט אן לשם ותפארת אונטער'ן נשיאות פונעם ספינקער רבי'ן שליט"א, און אונטער די הנהלה פון הרה"ג רבי מרדכי צבי שפּיטצער שליט"א ראש הישיבה, וואס לייגט אריין געוואלדיגע כוחות פאר די הצלחה פון יעדן תלמיד באזונדער, ועשי פרי לטובה, ארויסצוגעבן פרי קודש גידולים לשם ולתפארת זינט דער התייסדות הישיבה מיט 2 יאר צוריק, אצינד ווערט פריידיג געמאלדן מטעם די הנהלת הישיבה איבער די גרינדונג פון די ישיבה גדולה "מתיבתא תורת צבי דספינקא" וואס וועט דינען אלס א מקום מוכשר פאר די חשוב'ע בחורים צו שטייגן העכער און העכער על סולם העולה בית קל. די נייע ספינקא ישיבה גדולה וועט זיך עפענען אי"ה אויפ'ן קומענדיגן שנת הלימודים, חשון תשפ"ד לפ"ק, מיט א שטאב פון חשוב'ע מגי"ש רמי"ם יראים ושלימים, אונטער די הנהלה פון הרה"ג ר' מרדכי צבי שפיטצער שליט"א ראש הישיבה. אויך וועלן די תלמידי הישיבה האבן די געלעגנהייט אז כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א - וועלכער וויילט אסאך אין קרית יואל – וועט כסדר דאווענען מיט די בחורים און הערן די שיעורים וועלכע זענען יורדים חדרי בטן און איז מלהיב לבבות בני ישראל לעבודת ה'.


א הערליכע אכסניא של תורה וועט ווערן איינגערישט אין קרית יואל רבתי וואו די ישיבה וועט עפענען אירע טויערן צום זמן הלימודים תשפ"ד הבעל"ט, וואו די בחורים וועלן נתעלה ווערן במעלות התורה וביראת שמים. אין די טעג גייט שוין אן די רעגיסטראציע אין פילן שוואונג פון עלטערן וועלכע שרייבן איין זייערע בחורים, צו קענען שטייגן און וואקסן בתורה ויראת שמים.


אין די יעצטיגע טעג איז געלאזט געווארן אין גאנג א קאמפיין 'צבי וחמיד' לטובת די ישיבה קדושה 'תורת צבי' צו פארזיכערן אז די ישיבה זאל קענען ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עז, ספעציעל ווען עס גרינדעט זיך די נייע ישיבה גדולה לשם ולתפארת.


*

די נייע בנין וואס איז געווארן אפגעקויפט פאר די ישיבה גדולה אין קרית יואל



bottom of page