דאנערשטאג פ' ראה - כ"ג אב תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: מערכת בחצרותינו באבוב 45
א התרגשות'דיגע מעמד איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג נאכמיטאג בחצר הקודש באבוב 45, ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט געגאסן די יסודות פאר די נייע פראכטפולע ארון הקודש, וואס ווערט אויפגעבויעט אינעם מאסיוון בוי פראיעקט מרכז העולמי דחסידי באבוב 45 אין צענטער פון שטאט בארא פארק.
די מעמד איז פארגעקומען אויף א באשיידענע פארנעם, מיט די באטייליגונג פון די ראשי הקהילה און די עסקני קרן הבנין, אינאיינעם מיטן נדבן הנגיד החסיד ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו. אין די נאכמיטאג שעהן איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען צום ארט וואו עס ווערט געבויעט די נייע בית המדרש, און דער רבי מיט די באגלייטער זענען אריין אינעם שטאק פון די היכל בית המדרש, און תיכף צוגעגאנגען צום מזרח וואנט.
בחרדת אש קודש האט דער רבי אריינגעלייגט היסטארישע שטיינער און מטבעות פון די פריערדיגע צדיקים און בתי מדרשים לבית באבוב, אויפן ארט וואו עס ווערט געבויעט די גיגאנטישע ארון הקודש. דערנאך האט דער רבי אריינגעגאסן צעמענט אינאיינעם מיטן נדבן ר' שלמה גאלדשטיין.
דערנאך האט דער רבי אנגעצינדן דעם קנעפל צו אקטיוויזירן די מאסיווע צעמענט פלוס פון די ריזיגע מאשינען, וואס האט זיך גענומען גיסן צעמענט אויף די גאנצע רצפת ההיכל אויף א שנעלן טעמפא.
מיטן ענדיגן גיסן די רצפת ההיכל האט דער רבי געוואונטשן מברכות קדשו, און געהייסן זינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע. דער רבי מיט די פמליא זענען אריין אין די אנדערע שטאקן וואס שטייען שוין, און די עסקנים האבן צוגעוויזן פארן רבי'ן א פונקטליכע באריכט אין יעדן ווינקל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם רבינ'ס פריוואטע צימער אין בית המדרש, וואו מען האט געטרינקען לחיים און דער רבי האט פארטיילט לעקאך פאר די עסקנים און נדבנים. דערביי האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און גאר ווארעם געוואונטשן פאר די עסקנים אין הנגיד ר' שלמה, מ'זאל קענען זעהן סייעתא דשמיא און שנעל פארענדיגן דעם בוי פראיעקט לשם ולתפארת.
Comments