top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יום בחצריך • הלל נענועים אין שמחת בית השואבה בחצר הקודש ראחמיסטריווקא

מיטוואך ג' דחוה"מ סוכות • י"ט תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך, © כל הזכויות שמורות

הונדערטער בחורי חמד חסידי ראחמסטריווקא אין בחורי החבורות האבן זיך דעם זינטאג דעם ערשטן טאג חול המועד צוזאמגענימען אויף א יומא אריכתא - א טאג פון לימוד התורה והתרוממות הנפש אינעם רבינ'ס הויף אין עיה"ק ירושלים, אנגעהויבן מיט א סדר לימוד שעות רצופות, וואס האט אנגעהאלטן ביז אין די נאכמיטאג שעהן ווען כ''ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט''א איז אריינגעקומען צו הלל אין מוסף אין אפגעראכטן די עבודת הנענועים ברוב עם.


פאר קריאת התורה איז געוועהן א הפסקה ביי וועלכן די רבי שליט''א ארויסגעשיקט זיינע ד' מינים פאר די בחורים צו שאקלען.


נאכן דאווענען האט מען זיך געוואשן צו א סעודה לכבוד המועד אין פארברענגט בדיבוק חברים, דאן איז אנגעקומען די פריידיגע בשורה אז די רבי שליט''א וועט אריינקומען פארברענגען מיט די בחורי חמד, די רבי איז טאקע ערשינען אינעם סוכה הגדולה אין אפגעראכטן דעם שולחן הטהור, וואס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע פיר שעה בדברי תורה והתחזקות, און שירות ותשבחות לכבוד החג. עס איז שוין געוועהן קרוב צום עלות השחר ווען מען האט געדאווענט מעריב נאך אזא טאג מלא התעלות מבואו ועד צאתו.


















































































Comments


bottom of page