דאנערשטאג פ' וזאת הברכה • י"ג תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
ולקחתם לכם • כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן ביים באקוקן און אויסקלייבן א לולב לכבוד יו"ט סוכות הבעל"ט אין מושב בית מאיר.
האד' מסאטמאר ביים זיך אומקוקן אויף בוי ארבעט פון די סוכה הגדולה אינעם חצר פון תלמוד תורה ווי די רבי האט אויך באטראכט מיט א פאטערליכע ליבשאפט ווי אזוי די קליינע קינדער שפילן אין תלמוד תורה ויואל משה.
א ספעציעלע בריק איז אין די טעג אויפגעשטעלט געווארן פארנט פונעם שטוב פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, אין בעפארברייטונג צום יו"ט סוכות ווי טויזענטער אידן זענען ערווארטעט צו קומען להקביל פני רבו ברגל.
א שיין בילד, ווי קינדער אין שטאט בני ברק פלעכטן און פארקויפן קוישעלעך פאר אידן לכבוד יו"ט.
א ספעציעלער מנין איז פארגעקומען דעם יום כיפור אין די הדסה שפיטאל אינעם צימער פון הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי שליט''א ראש ישיבת עטרת ישראל, וואס איז שוין האספיטאליזירט די לעצטע צוויי חדשים ל"ע און געפונט זיך ליידער על ערש דוי.
אויף יום כיפור האט די שפיטאל פארוואלטונג געגעבן ערלויבעניש פאר א מנין מצומצם צו קומען דאווענען די תפילות מיטן ראש ישיבה. אלס שליח ציבור האט געדינט דער גבאי הרב יעקב גראסבארד אין ביי קריאת התורה האט דער ראש ישיבה עולה געוועהן בשארית כוחותיו. א התרגשות איז געוועהן ביי נעילה ווען דער חזן האט אויסגעשריגן "אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ שְׁלַח רְפוּאָה שְׁלֵמָה לְחוֹלֵי עַמֶּךָ ובפרט למרן ראש הישיבה רבינו ברוך מרדכי בן הינדא מלכה". אינעם בילד: די מנין אידן ביים זיך באדאנקן פאר די שפיטאל פארוואלטונג מוצאי יום הקדוש.
האדמו"ר מפיטסבורג ביים לייגן סכך אינעם סוכה הגדולה מוצאי יום הקדוש.
האדמו"ר מלעלוב ביי תשליך ביום שלש עשרה מידות.
כ"ק אדמו"ר מפוריסוב ערב יום הקדוש אינדערפרי נאך תפילת שחרית ביים מעמד פדיון נפש ע"פ הרש"ש.
האדמו"ר מסאדיגורה ביים בודק זיין אתרוגים לקראת דעם יום טוב סוכות הבעל"ט.
די סוכה הגדולה פון ק"ק סאטמאר אין קרית יואל, ביים קארנער פון גארפיעלד און ווען ביורען, ווערט פארענדיגט ברוב פאר והדר לכבוד חג הסוכות הבעל"ט בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א.
די צענדליגער סוכות אין בתי אונגארין ירושלים גרייט צום יו"ט סוכות.
האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי מוצאי יוה"ק כחצות הלילה אין שטוב פון האדמו"ר מסקווירא מב"פ ווי די רבי האט זיך משתתף געווען ביים סעודה לכבוד מוצאי יום הקדוש.
ראשי חבורת 'צעירי וויז'ניץ' בקודש פנימה ביי מרן האד' מוויז'ניץ.
האדמו"ר מקאסאן ביים זיך אומקוקן אינעם סוכה בחצר קדשו אין לינדען.
האדמו"ר מאמשינוב ביי תשליך ערב יום הקדוש, אויף א דאך פון איינע פון די תושבי שכינות בית וגן אין ירושלים.
די גרויסע סוכה בחצר הקודש סאטמאר וואס איז געבויט געווארן אויפן דאך פונעם בנין ויאל משה, ווי די רבי וועט אפרעכטן די גרויסארטוגע מעמדי שמחת בית השואבה "אושפיזין דמשה" אין די מעמד נעילת החג שמחת תורה.
האדמו"ר מדינוב ביי בדיקת אתרוגים לכבוד יו"ט, בילד קרעדיט מערכת דינוב.
פילע אידן ביים ציון הקדוש אין שטאט קערעסטיר מוצאי יום הקדוש, אנגעפילט מיט זעק פון ישועות.
זקן אדמו"רי בית רוז'ין האדמו"ר מקאפיטשניץ ביים שניידן ערבות לכבוד יו"ט.
האדמו"ר מאמשינוב ביים שלחון הטהור פון מוצאי יום הקדוש וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו 12 שעה ברציפות.
די געשריי פון "שמע ישראל" דורך הונדערטער חסידי קרעטשניף, ביים סיום תפילת נעילה עטליכע מינוט נאך אכט, נאכן מיטלעבן א געהויבענע יום הקדוש בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א אין קרית קרעטשניף רחובות.
טיש נעילת החג אינאיינעם מיטן סעודת יארצייט לרגל די הילולא קדישא פון הגה"ק רבי אשר פריינד זצ"ל, בחצר הקודש ספינקא דונולו.
לעצטע הכנות ביים גרויסן סוכה בחצר הקודש מיאלען לקראת די מעמד הכנסת ספר התורה לע"נ האדמו"ר מקרעטשניף ק"ג זצוק"ל וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר דעם חוה"מ סוכות.
שטייענדיג נאכן דערהויבענעם מסע הקודש פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג קיין ארצינו הקודש, איז ארויסגעשטעלט געווארן א דאנק בריוו פאר מוסדות סקווירא, וואס האבן אזוי געטריי ארויסגעגעבן דעם בית מדרש אין ירושלים פאר א' סליחות בצל הקודש.
קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:
א ברכת מזל טוב פאר הרב יואל גאלדמאן משב"ק כ"ק האדמו"ר מויזשניץ לאנדאן שליט"א לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן הב' יוסף דוב נ"י, ממצוייני ישיבה גדולה בית ישראל וויזניץ לאנדאן, עב"ג הכלה בת הנדיב הנכבד מגדולי תומכי המוסדות ר' אשר זעליג יונג הי"ו פון מאנטשעסטער, בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.
Comentários