top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשת חבר • נפטר געווארן הרבנית הצדקנית מפאריסוב ע''ה

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 2 באוק׳ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 3 באוק׳ 2023

מונטאג א' דחוה"מ סוכות • י"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

ברוך דיין האמת


יעצט אויפדערנאכט אין ארץ ישראל קומט אן די ביטערע בשורה פון די הדסה שפיטאל איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מפאריסוב הרבנית מרת אסתר איטא ראבינאוויטש ע''ה, מחברתו הטהורה פון יבלחט''א כ''ק האדמו''ר מפאריסוב שליט''א וועלכער איז יעצט נפטר געווארן אין עלטער פון זעקס און אכציג יאר.


די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הגה''צ רבי שלמה צבי אטיק זצ''ל מנקיי הדעת שבירושלים. די לעצטע יאהר צייט איז די רעבעצען ליידער נישט געוועהן בקו הבריאות, דעם יו''ט סוכות איז אנטשטאנען א שטארקע פארערגערונג אין איר מצב הבריאות, און יעצט אויפדערנאכט איז זי נפטר געווארן בשיבה טובה לחיי העולם הבא, איבערלאזנדיג נאך זיך א הערליכע דור, בנין וחתנין רבנן.


פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן.

ree

תגובות


bottom of page