מונטאג פ' מטות מסעי - כ"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
דעם ליל שבת קודש בעת ווען כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט מעריך געוועהן שולחנו הטהור אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק אינאיינעם מיט די קרוב צו טויזענט תלמידי הישיבה גדולה, האט זיך די רבי מיטאמאל אויפגעשטעלט אין אנגעהויבן דעם לעבעדיגן אויסגעווייקטער ניגון 'חסדי השם כי לא תמנו כי לא חלו רחמיו' אפצוגעבן א שבח והודאה פארן בורא כל עולמים על כל החסד שעשה ביים עקסידענט פארלאפענעם וואך אין די קעטסקילס ווי דעם רבינ'ס קינדער זענען געראטעוועט געווארן ממוות לחיים, אין זענען דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג באפרייט געווארן פון שפיטאל צו זייער שטוב בחסדי השם. נאך א שווערע וואך ווען זאכן האבן מתחילה אויסגעזען גאר שמאל, האט מען אבער בחסדי השם געזען נסים גלויים.
א סקרוך פון שמחה איז דורכגעלאפן די הונדערטער בחורי חמד ווען דער ראש בית אב די רבי שליט''א איז געטאנצן בלהבת אש קודש מיט גרויס התלהבות שלא כדרכו אנכאפנדיג מימינו בנו הגה''צ סיגוט'ער רב שליט''א אין פון די אנדערע זייט דער מנהל הישיבה הרה''ג רבי נפתלי בלומענפעלד.
צומארגנס בצפרא דשבתא האט די רבי אפגעראכטן א קידושא רבא בחדרו הפרטי אינעם ביהמ''ד פון קעמפ לרגל די געבורט פון צווילינג איר אייניקלעך ווי די רבינ'ס זוהן הרה''צ רבי ליפא האט אנגעהויבן דעם ניגון 'מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי' אין די רבי האט געזאגט תורה ארומרעדנדיג א לענגערע צייט בעניני הודאה.
Comments