top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהוראת הקודש • מתן שכרה בצידה פון ק"ק לעלוב פאר שדכנים וואס וועלן אויספירן א שידוך מיט עלטערע בחורים

מיטוואך פ' וזאת הברכה • י"ב תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א באגריסענדע שריט איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש לעלוב, איבער א דריי טויזענט דאללער'דיגע מתן שכרה בצידה, וואס וועט פארטיילט ווערן פאר יעדע שדכן וואס וועט אויספירן א שידוך פאר א בחור אדער מיידל עלטער פון צוואנציג יאר.


מוצאי יום הקדוש ביים טיש בחצר הקודש לעלוב לרגל די הילולא קדישא פונעם פריעדיגן רבי'ן הרה"ק ר' שמעון נתן נטע מלעלוב זי"ע, האט דער לעגענדארע משב"ק הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי אויפגעטראטן מיט א דרשה און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע מעשה חסד פנעם רבי'ן זצ"ל. באזונדער האט ער ארויסגעברענגט ווי שטארק דער רבי האט עוסק געווען בעניני שידוכים און האט אוועקגעלייגט אסאך שעות אויסצופירן שידוכים ביי אידישע קינדער אפילו אין די אנגעצויגענע זמנים אין יאהר ווי ליל בדיקת חמץ וכדומה. דערביי האט דער משמש בקודש אויפגעפאדערט פון די חסידים, זיך ווייטער צו פירן אין די הייליגע דרכים פון רבי'ן זצ"ל און עס ליגט א פליכט אויף יעדן חסיד צו דאגנ'ען פאר די עלטערע בחורים אין די קהילה וואס זענען אין די יארגענג פון צוואנציג יאר און העכער אבער האבן נאכנישט געטראפן זייער באשערטע.


א שטילקייט האט געהערשט, ווען דער משב"ק האט אויסגערופן בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, אז יעדע שדכן וואס וועט אויספירן א שידוך פון א בחור אדער מיידל וואס איז עלטער פון צוואנציג יאר, וועט ערהאלטן דריי טויזענט דאללער, אויסער די שדכנות געלט פון ביידע צדדים.


נאכן טיש איז פארטיילט געווארן פארן גאנצן ציבור א ספעציעלע פארמולירן מיט די קעפל 'בן שמונה עשרה לחופה', ווי דער ציבור האט אריינגעשריבן די פונקטליכע פרטים איבער זייערע קינדער וועלכע זענען אצינד אין די יאהרגאנג פון שידוכים. די פרטים וועלן אריבערגעפירט ווערן צו א די שדכנים וועלכע וועלן זיך אריינווארפן אין די ארבעט און פראבירן אויסצופירן ווי מער שידוכים בקרב חסידי לעלוב.

Comments


bottom of page