top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הגאון רבי בצלאל אדלשטיין זצ"ל נפטר געווארן אין יאהר פון אביו הגרי"ג אדלשטיין זצ"ל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 1 באוק׳ 2023
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 26 באוק׳ 2023

זונטאג יו"ט סוכות • ט"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

ברוך דיין האמת


מיט גרויס צער אין ווייטאג איז היינט דעם ערשטן טאג חול המועד אין ארץ ישראל אויפגענימען געווארן די ביטערע בשורה אז עס איז נסתלק געווארן הגאון רבי בצלאל אדלשטיין זצ"ל ראש ישיבת 'אהבת אהרן' בנו חביבו פון מרן ראש הישיבה הגרי"ג אדלשטיין זצ"ל. די ראש ישיבה איז די לעצטע פאר יאר ליידער נישט געזונט געווען אין געליטן פון א זעלטענער קרענק, אלס א סגולה לרפואה האט מען איהם צוגעגעבן דער נאמען 'נח' אין פילע אידן האבן מתפלל געוועהן לרפאות רבי נח בצלאל בן הניה רחל, אבער למגינת לב איז ער דער נאכט ליל א' דחול המועד נפטר געווארן לחיי העולם הבא, אין בליענדן עלטער פון אכט און זעכציג יאר. ער איז נפטר געווארן קארגע פיר חדשים נאך די הסתלקות פון זיין פאטער די ראש ישיבה הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצ''ל צו וועם ער איז כל ימי חייו צוגעשטאנען צו די רעכטע האנט.


הגאון רבי בצלאל זצ''ל האט אויפגעשטעלט זיין ישיבה 'אהבת אהרן' אין בני ברק, געאייגענט מיוחד פאר בחורים פון שטובער וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות אין זענען נתקרב געווארן לאביהם שבשמים, ר' בצלאל איז געוועהן פאר זיי וואו א טאטע אין זיי באגלייט על כל צעד ושאל ביז זיי זענען אויסגעשטיגן פולשטענדיגע בני תורה.


לאנגע יאהרן האט ער געלרענט בחברותא מיטן הגאון רבי בערל פוברסקי ראש ישיבת פונוביז, א חברותא'שאפט וואס האט זיך אנגעהויבן אין זיינע בחורישע יאהרן אין האט אנגעהאלטן ביז לעצטענס. ער האט איבערגעלאזט נאך זיך א הערליכן דור בנין וחתנין רבנן.


די לוי' איז ארויס היינט אין די נאכמיטאג שעהן פון היכל ישיבתו 'אהבת אהרן' אין בני ברק צום פונוביז'ער בית החיים וואו ער איז געקומען לקבורה סמוך ונראה צום ציון אביו ראש הישיבה הגרי''ג אדלשטיין זצ''ל.


ת.נ.צ.ב.ה.

תגובות


bottom of page