מונטאג פ' ראה - כ' אב תשפ"ג | קול בחצרות
פארלאפענעם וואך מיטוואך איז כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א אנגעקומען קיין פענסעלוועניע אויף די יערליכע באזוך אין מחנה מתיבתא עץ חיים.
בשעה 7:00 אזייגער איז די רב אנגעקומען בשערי המחנה אין תיכף אריין אין ביהמ"ד צום פארטאגס סדר אין ביהמ"ד וואס איז געווען איבערגעפילט מיט די הונדרעטער בחורי הישיבה וואס זענען געזעצן און געלערנט באשמורת הבוקר. די רב האט פאר קרוב צו האלבע שעה צייט ארומשפאצירט צווישן די לומדים און געשעפט גרויס קורת רוח. שפעטער אום 8:00 אזייגער איז די רב אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען ווי צום ערשט זענען אלע רמ"י הישיבה דורך געבן שלום אין דערנאך האבן די בחורים שלום געגעבן.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די יארצייט פון הרה"ק ר' מאיר נתן זצוק''ל זוהן פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע און פאטער פון הרה"ק ר' שלמה מבאבוב זי"ע, די רב האט אויפגעטראטן פאר די בחורים און משמיע געוועהן דברי חיזוק בעניני תורה ותפילה. דערנאך איז די רב אנגעקומען אויף א באזוך בבית בנו הרה"צ ר' יחזקאל הלברשטאם שליט"א אין מחנה מתיבתא עץ חיים.
Komentar