מיטוואך פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
א זעלטן געהויבענע באזוך איז היינט פארגעקומען, ווען די קרוב צו טויזענט תלמידי המוסדות דחסידי סאטמאר אין שטאט מאנסי, זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א זיך באדאנקן פאר די ווארימע אכסניא, נאך וואס די סאטמארע תלמוד תורה איז געווען איינקוואטירט אין די בנין המוסדות דחסידי סקווירא פאר די לעצטע פאר יאר.
אין די לעצטע פאר יאר ווען עס איז אנגעגאנגען די בוי ארבעט אהערצושטעלן די פראכטפולע בנין התלמוד תורה פון סאטמאר אין מאנסי, איז די תלמוד תורה געווען פלאצירט אויף צייטווייליג אין די בנין המוסדות דחסידי סקווירא נישט ווייט פון שטעטל, און אצינד ווען די תלמידים האבן זיך אריינגעצויגן אין זייער נייעם אכסניא אין די הערליכע בנין המוסדות אין מאנסי, זענען אלע תלמידים אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א זיך באדאנקן פערזענליך מעומק הלב.
אין די מיטאג שעה'ן זענען איבער צוואנציג באסעס פון מוסדות סאטמאר ערשינען בשערי העיר שיכון סקווירא, וואו די קרוב צו טויזענט תלמידים און זייערע מחנכים זענען געווארן אפגעווארט דורך די ראשי הקהילה והמוסדות אין סקווירא שטעטל. די קינדער זענען אריין צום רבי'ן איינגעטיילט אין קבוצות, ווען ביי יעדע קבוצה האט דער מנהל אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי תודה וברכה, און די קינדער זענען אריבער ביים סקווירא רבי'ן מקבל זיין ברכת הקודש.
פאר די עלטערע תלמידי המוסדות האט דער סקווירא רבי משמיע געווען דברות קודש פאר עטליכע מינוט, און דער רבי האט איבערגעגעבן טעצער מזונות פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער.
צום שלוס זענען צוגעגאנגען צום רבי'ן די ראשי הקהילה והמוסדות פון סאטמאר, הרב יעקב ווייס מרבני הקהילה, הרב ישראל שיף ראש הקהל, און הרב שמואל זיינוויל ווערטהיימער מנהל המוסדות, און זיי האבן איבערגעגעבן פארן סקווירא רבי'ן א לעדערנע מגילת תודה, וואו מיט הפלא'דיגע חרוזים ברענגען זיי ארויס רגשי הכרת הטוב פאר די סקווירא קהילה און מוסדות ובראשם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
מארגן דאנערשטאג וועט פארקומען די גרויסארטיגע מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזה פאר די נייע בנין התלמוד תורה בנין משה חיים גאלדשטיין, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא המוסדות. דער סאטמארע רבי וועט דאווענען שחרית אינאיינעם מיט די ילדי תשב"ר, און דערנאך אויפטרעטן מיט דברות קודש און קלאפן מזוזות אויף די שערי הבנין בקול צהלה ורינה.
Comments