top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הארצרייסענדע לוי' פון הילדה יענטא טויב ע"ה איר אייניקל פון האד' מוויז'ניץ מאנסי

מיטוואך פ' דברים - א' אב תשפ"ג | קול בחצרות


ווי געמאלדן האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי זיך ארויסגעלאזט נעכטן נאכמיטאג אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק, נאכן וויילן די לעצטע וואך צייט אין לאס אנדזשעלעס אויף אפרוה. תיכף ווען דער רבי האט ערהאלטן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון זיין אייניקל הילדה יענטא טויב ע"ה, איז דער רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' משה האגער שליט"א זיידע פונעם קינד, וואס איז אויך געווען מיטן רבי'ן אין לאס אנדזשעלעס.


עטליכע מינוט נאך צוועלף ביינאכט האט די פליגער פון רבי'ן געלאנדעט אין די קענעדי לופטפעלד, וואו עס האבן אפגעווארט עטליכע עסקנים זיכער צו מאכן אז דער רבי קומט ארויס די שנעלסטע וואס מעגליך נישט צו דארפן אויפהאלטן די לוויה, דער רבי האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב דארט אינעם לופטפעלד, און תיכף ארויסגעפארן קיין מאנסי צום וויזשניצע בית החיים.


עטליכע מינוט איידער דער רבי איז אנגעקומען אויפן בית החיים האט זיך אנגעהויבן די לוויה, עס האט מספיד געווען דער ערשיטערטער פאטער בקול בוכים, און געבעטן מחילה פון זיין טייערע קינד וואס האט אזוי פלוצלינג זיך געזעגנט פון די וועלט.


דערנאך האט מספיד געווען דער זיידע הגה"צ ר' אלטר טויב שליט"א אב"ד תולדות נפתלי ב"פ, וועלכער האט ארויסגעברענגט אז טראץ וואס מ'איז נישט מספיד ראש חודש, נעמט ער א היתר פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ווען ער האט באגלייט אן אייגן קינד ביום ראש חודש, זאגענדיג אז א הספד מעג מען נישט זאגן, אבער זאגן ווידוי און תשובה טון אויף די אייגענע חטאים, וואס פון דעם קומט דאך די שרעקליכע טראגעדיע, דאס מעג מען יא אפילו ראש חודש.


תיכף ווען דער וויזניצער רבי איז אנגעקומען צו די לוויה האט מען צוגעפירט די מיטה נעבן די אוהל פון הרבנית הצדיקת מוויזניץ ע"ה וואו זי איז געקומען לקבורה, און נאך סתימת הגולל האט דער רבי געזאגט קדיש.


באלד נאך די לוויה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון בנו הרה"ג ר' משה האגער, און דארט מנחם אבל געווען די אבלים, דער רבי האט מחזק געווען זיינע באליבטע אייניקלעך א שטיק צייט, און ארויסגעברענגט די אהבה וחיבה וואס דער הייליגער באשעפער ווייזט ארויס אין אזעלכע צייטן, אין א בחינה פון בקרובי אקדש.


היינט מיטוואך צופרי האט דער רבי זיך צוריקגעקערט קיין נייעק, וואו דער רבי האלט זיך אויף אין די יעצטיגע וואכן בקרב תלמידי הישיבה, ביים דאווענען האט דער רבי געזאגט אלע קידושים לעילוי נשמת די אייניקל.


אין אנדערע נייעס איז נעכטן נאכט אויפגענומען געווארן די פרייליכע בשורה אז נולד בן זכר נתרפא כל המשפחה, מיטן געבורט פון א אור אייניקל ביים וויזשניצע רבי'ן, אייניקל ביי בנו הגדול הגה"צ ר' יעקב יוסף האגער איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בן הבכור ביי זיין איידעם הרב אברהם דוד אייכענשטיין בן הגה"צ אב"ד זידטשויב באלטימאר שליט"א, אור אייניקל פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט, אב"ד ראשית חכמה, און כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שיקאגא שליט"א.



bottom of page