top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רעבישע חתונה בשמחת בית סאטמאר - סקולען וועט פארקומען אין סוכה הגדולה אין חצר פון ת"ת ד'סאטמאר

דאנערשטאג פ' וזאת הברכה • י"ג תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


שטייענדיג געציילטע וואכן איידער די גרויסארטיגע שמחת החתונה בחצרות הקודש סאטמאר און סקולען, ווען טויזענטער חסידים פון ביידע הויפן וועלן זיך צוזאמקומען און זיך מיטפרייען ביי די גרויסע שמחה בבית צדיקים, ווערן אצינד אויסגעארבעט די לעצטע פלענער אהערצושטעלן די ימי השמחה אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם


עס וועט גיין אונטער די חופה די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, בן לחתנו הגדול הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א אב"ד מאור הגולה און דיין אין די סאטמארער קהילה אין שטאט מאנטריאל, זון פון הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א, בנו חביבו ויקירו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א אב"ד חוות דעת.


די גרויסארטיגע שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן בקול צהלה ורנה והמון חוגג, במקהלות אלופי אלפי ישראל וואס וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחתם פון די צוויי גרויסע מנהיגים, עמודי האש ההולכים לפני מחנה ישראל, מקום מושבם אין וויליאמסבורג און בארא פארק, ומצודתם פרוסה בכל רחבי תבל.


די גיגאנטישע חצר פון תלמוד תורה ד'סאטמאר אין צענטער פונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג המעטירה, נעבן די בנין פון אולם ויואל משה ביים ווינקל פון בעדפארד עוועניו און וויליאמסבורג סטריט, וועט זיין די אכסניא של מלכות, וואו עס וועט געפראוועט ווערן די היסטארישע חתונה. אין די יעצטיגע טעג ווערט דארט אויפגעשטעלט די גיגאנטישע סוכה הגדולה וואו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אפרעכטן די געהויבענע טישן בימי חג ומועד, און דארט וועט געפראוועט ווערן די גרויסע חתונה, וואס קומט פאר געציילטע טעג נאך יום טוב הבא עלינו לטובה.


לויטן יעצטיגן פלאן וועט די מעמד קבלת פנים און חופה פארקומען ביים גרויסן סאטמארע בית המדרש אויף ראדני סטריט, און די סעודת החתונה ריקודי קודש און ריקודין של מצוה, וועט געפראוועט ווערן אינעם ריזן היכל ביים בנין ויואל משה, וואו די עסקנים ארבעטן רונדע דעם זייגער אויסצוארבעטן די לעצטע דעטאלן על צד היותר טוב.


ובכן צדיקים יראו וישמחו וחסידים ברנה יגילו.



Comments


bottom of page