top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע מעמד געפלאנט בחצר הקודש באיאן צו פייערן זיבעציג יאר תורה וחסידות

דאנערשטאג פ' דברים - ב' אב תשפ"ג | קול בחצרות


די הערצער פון אלפי חסידי באיאן ברחבי תבל שטורעמען מיט התרגשות, ארויסקוקענדיג צום גרויסארטיגן און היסטארישן מעמד 'מזמור לתודה', וואס וועט פארקומען ברוב פאר והדר במעמד אלפי ישראל, ביום ד' חשון תשפ"ד הבא עלינו לטובה, אפצוצייכענען שבעים שנות תורה וחסידות פון די מאכטפולע מבצר התורה ישיבת תפארת ישראל רוזין באיאן.


שטייענדיג גאנצע זיבעציג יאר זינט הרה"ק ר' מרדכי שלמה מבאיאן זי"ע האט מייסד געווען די הייליגע ישיבה בעיר הקודש ירושלים, האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אפגעשריבן א זעלטענע מכתב קודש, ווי דער רבי שרייבט עלה בלבי לומר שירה, זיך צו פרייען אינאיינעם מיט כל קהלא קדישא הדין גרייכענדיג דעם געהויבענעם מאמענט, זעענדיג מיט די אייגענע אויגן די מאסיווע בליה און וואוקס, ווען אין לויף פון זיבעציג יאר האט זיך די הייליגע ישיבה פארשפרייט צו א מעכטיגע אימפעריע, טויזענטער חסידים, מוסדות התורה, ישיבות כוללים און בתי חינוך לבנות, צענדליגע קלויזן איבער די גאנצע וועלט, וואס זענען ממשיך דעם הייליגן דרך כמסורת אבותינו הקדושים.


די היסטארישע מעמד וועט פארקומען אור ליום ד' חשון, מוצאי הילולא קדישא פונעם ראש שושילתא דדהבא מלך ישראל ותפארתו דער הייליגער רוזינער זי"ע, וואס זיין הייליגע נאמען איז אויסגעקריצט בין כותלי הישיבה הקדושה, תפארת ישראל רוזין. די מעמד וועט געפראוועט ווערן במקהלות אלפי ישראל חסידים ואנשי מעשה אין די זאלן פון בניני האומה אין ירושלים, אין שפיץ פונעם געטרייען מנהיג דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א על ישראל הדרתו ותפארתו.


אין די זעלבע צייט וועט די היסטארישע מעמד דינען אלס ועידת הוקרה פאר כלל חסידי באיאן תומכי ממלכת התורה וחסידות, די מאסיווע פעסטונג פון חסידי באיאן, די אלע חשובע ידידים און חסידים וואס שליסן זיך אן אלס שותפים בממלכת החינוך, צו זיין א חלק פון די געוואלדיגע כנסיה לשם שמים, און די פעולות נשגבות מחנך צו זיין א דור פון תורה טרייע אידן על דרך ישראל סבא.


דעם דינסטאג נאכט ראש חודש אב, איז פארגעקומען די מעמד פתיחת המגבית מזמור לתודה, ספעציעל געאייגענט פאר די הונדערטער כולל אינגעלייט פון רשת הכוללים דחסידי באיאן, די מעמד איז פארגעקומען אין קלויז תפארת אהרן דחסידי באיאן אין שטאט ביתר, וואו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש לכל העם הנאספים.


די הכנות צום גרויסארטיגן און היסטארישן מעמד זענען שוין אין פולן שוואונג, און הונדערטער חסידים פון איבער די גאנצע וועלט מאכן זייערע פלענער אונטערצונעמען די נסיעה קיין ארץ ישראל, צו זיין א חלק פון היסטאריע און רעזערווירן זייער פארדינטע פלאץ ביים היסטארישן מעמד, מער פרטים וועלן אי"ה נאכקומען דא אויף בחצרות.



Comments


bottom of page