top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין א אינטערסאנטער אפיזאד איז היינט ביים גרויסן מעמד תשליך בחצר הקודש בעלזא א גרויסער פיש ארויסגעטאנצן פון די שווים באסיין, בשעת אמירת תשליך.

כעבדא קמי מרי האדמו"ר מדושינסקיא ווערט געזעהן זיצן כאחד האדם ביים דרשת שבת שובה פונעם פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א אינעם גרויסן דושינסקיא ביהמ"ד אין ירושלים.

דער ירושלימער פאליציי קאמאנדיר שלומי טובול ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א צום נייעם יאר.

הרה"ג ר' אהרן סאמעט שליט"א פון די מקורבים ביים פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ביים אריינטראגן א אתרוג מהודר אויף יו"ט סוכות אל הקודש פנימה.

האד' מבאבוב קוקט זיך אום אינעם סוכה הגדולה בחצר הקודש היינט נאכמיטאג נאך אמירת תשליך.

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביי תשליך היינט אין שטאט לעיקוואד, ווי די רבי וויילט די טעג אויף אפריה.

די גרויסע סוכה פארנט פון ביתו נאווה קודש פון הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן אדמו"ר מתורת חכם שטייט גרייט לקראת יו"ט סוכות הבעלל"ט.

העפטיגע בוי ארבעט ביים ביהמ"ד דחסידי וויז'ניץ בית שמש אין די נייע יישוב רמה ד' אין שטאט.

כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א ביים פארלאזן דעם כותל המערבי, נאך א תפילת רבים בראש קהל חסידיו בין כסא לעשור.

רבני עיר בני ברק הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לנדא אין הגאון רבי שבח צבי רוזנבלאט באזוכן ביים ראש ישיבה הגאון רבי דוב לנדא זיך וואונשטן צום נייעם יאהר.

האדמו"ר מקאפיטשיניץ ביים אנקומען אויף א תפילה ביים מערת המכפלה אין חברון לקראת די הייליגע טעג.

א גרופע חסידים פון לאנדאן וועלכע זענען געפארן אויף יום טוב ראש השנה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין שטאט אנטווערפען, האבן זיך צוזאמגעשטעלט אויף א מנין סליחות מוצאי ראש השנה בחצות הלילה, אין די באקאנטע יורא טוננעל וואו מען פארקירט די קארס אין א גרויסע באן, דורכאויס די וועג וואס געדויערט נאנט צו א שעה.

חסידי ליובאוויטש גייען אריבער נעמען לחיים ביים פארברענג דעם מוצאי ראש השנה אין 770.

הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א ביים פארציילן א הערליכע געשיכטע, א בעל שמ'סקע מעשה פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א.

אַשְׁרֵי יוֹלַדְתּוֹ • א גערער יונגל באקומט סטיטשעס אויף זיין האנט פון א דאקטער, און זיך צו האלטן רואיג לערנט ער בלעטער גמרא בעל פה (מזומנים) אזוי ווי דער גערער רבי האט איינגעפירט. אשרינו שזכינו!.

הגאון רבי מאיר מאזוז ראש הישיבה כסא רחמים ביים שלאגן כפרות מיט געלט.

‏צו הגאון הצדיק רבי מאיר גריינימאן האט מען דעם צום גדלי' געברענגט די תפילין פון זיין גרויסן פעטער דער הייליגער חזון איש זי"ע, מיט גרויס התרגשות האט ער אנגעטון די תפילין אן א ברכה.

אן אייגנארטיגע מענטעלע פון א נייע ספר תורה, וואס איז אריינגעגעבן געווארן די וואך צו א בית המדרש אין שטאט מאנסי, לע"נ פולע צדיקים וחסידים.

‏דער בארימטער פאטאגרעפירער נפתלי לרר האט קרישקעס די וואך באמערקט מוצאי ראש השנה ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האדמו"ר מפרעמישלאן לקראת די נייע יאר.

רבני חב"ד, הרב מנחם מענדל עזאגוי שליט"א און הרב אליהו מאטוסוף שליט"א, בקודש פנימה דעם פארגאנגענע ערב יו"ט ביי האדמו"ר מסאטמאר, ווי זיי האבן געברענגט א מתנה פארן רבי'ן די נייע ספרים וועלכע זיי האבן ארויסגעגעבן, איין ספר דבר מלכות אויפן רמב"ם, דעם ליבאוויטשער רבינ'ס חידושים אויף הלכות משיח, אין א ספר וועלכע טוט דורך די מסורה אין חב"ד צו נעמען אן אתרוג פון קאלאבריע איטאליע דוקא.

א בליק אין די נייע פראכטפולע מקוה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש אין סקווירא שטעטל, וואס איז נארוואס באנייעט געווארן לקראת די ימים הנוראים.

לקראת די הייליגע טעג • דער בארימטער חזן און בעל מנגן הרב ישראל אדלר ביים שמחת השבע ברכות לנכדת האדמו"ר מגור, ביים שבע ברכות וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורך הנגיד ר' אהרן ציטרין פון ניו יארק, פטרון ישיבת בית נחמיה, אין די זאלן פון נוף ירושלים אין בית וגן.

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר הרב יענקי קניבסקי נכדו חביבו ונאמן ביתו פונעם שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל לרגל הולדת בנו למזל טוב.


Comments


bottom of page