top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך אשר גאלנו • שטח ביים בית החיים אין שטאט קרעטשניף אפגעקויפט פארן געברויך פון א בנין הכנסת אורחים

דאנערשטאג פ' עקב -ט"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות


מיט פרייד האבן חסידי קרעטשניף אויפגענומען די בשורה הכי טובה מאדמת אייראפע, אז נאך לענגערע השתדלות איז מיט סייעתא דשמיא געשלאסן געווארן די מקח אויף א גרויסע שטח אין שטאט קרעטשניף אין ראמעניע, סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה"ק ר' מאיר'ל פון קרעטשניף זי"ע, וואו עס וועט בקרוב ווערן אויפגעבויעט א הערליכע בנין הכנסת אורחים פאר די פילע מתפללים ביים ציון הק' דורכאויס די גאנצע יאר.


די וועד הכנסת אורחים אין שטאט קרעטשניף, וואס ווערט געפירט דורך הרב החסיד ר' שלמה ניילינגער הי"ו, איז מיט א לאנגע צייט צוריק אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן דעם שטח וואס געפונט זיך הארט אקעגן איבער די בית החיים. א פאר יאר האט מען געדארפט שתדל'ן צו קענען ענדיגן דעם מקח, און אצינד האט מען ענדליך ערהאלטן די ענדגילטיגע פאפירן און פערמיטן צו קענען דארט אויפבויען א פראכטפולע בנין פאר די הכנסת אורחים.


די נייע בנין וועט אנהאלטן א בית המדרש און א מקוה טהרה, שטיבלעך פאר אש"ל מלא און אלע באדערפענישן, און מען האפט ווי שנעלער ארויסצוקומען מיט די קלארע פלענער, צו קענען פארגרינגערן פאר די פילע מתפללים און עולים צום ציון הק' צו קענען מתפלל זיין מיט די ריכטיגע הרחבת הדעת.




Comments


bottom of page