top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנות אין שטאט קרית יואל צו אקאמאדירן רבבות אלפי ישראל ביומא דהילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע

דאנערשטאג פ' ראה - כ"ג אב תשפ"ג | קול בחצרות


שלומי אמוני ישראל בכלל, און תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר בפרט, גרייטן זיך מיט א הכנה דרבה און פייערדיגער התרגשות צום פיר און פערציגסטן הילולא קדישא פונעם רבן של ישראל הרה''ק מסאטמאר זי"ע, וואס געפאלט דעם קומענדיגן זונטאג שופטים, כ"ו אב, א טאג וואס רבבות אידן וועלן באלאגערן דעם ציון הק' אין קרית יואל און זיך משתטח זיין על ציון קדשו. פון נאנט און ווייט וועלן רבבות אלפי ישראל קומען צו שטראמען צו פוקד זיין אופ'ן ציון הקדוש, און איינרייסן ביים גרויסן רבן של ישראל, דער אב הרחמן, וועלכער האט איבערגעפלאנצט די ארגינעלע תורה'דיגע אידישקייט מדור דור על אדמת אמעריקע און האט זוכה געווען אויפצושטעלן דורות נאמנים לה' ולתורתו דורך די הונדערטער טויזנטער תלמידים וחסידים וועלכע גייען לאורו הגדול והבהיר עד היום הזה.


היי-יאהר ווען די הילולא געפא ÿלט אויס אום זונטאג, איז שוין אויף שבת פריער, שבת לפני ההילולא ערווארטעט א שטראם פון אלפי חסידי סאטמאר פון אומעטום, וואס וועלן מיטהאלטן דעם געהויבענעם "שבת מברכין אלול" בצל קדשם פון ממשיכי דרכו כ''ק האדמור"ים מסאטמאר שליט''א



דורכאויס די יארן ווען עס האבן זיך כסדר פארמערט די מתפללים ביים ציון הק' אין קרית יואל, זענען איינגעפירט געווארן פילע תיקונים דורכן חברא קידשא דקהל יטב לב, און א גאר געלונגענער סדר איז איינגעשטעלט געווארן פארן ציבור ארויפצוגיין באקוועמערהייט צום ציון הק'.


דער גאנצער בית החיים בארג ווערט אויסגעשטעלט מיט ספעציעלע פלעצער פאר צדקה צוועקן, און באזונדער אסאך פלאץ פאר צרכי ציבור. אזוי אויך ווערן די בניני המתיבתא הארט לעבן דעם בית החיים הערליך צוגעשטעלט צו אקאמאדירן דעם ריזן פלייץ פון טויזענטער אידן פאר די תפלות דורכאויסן טאג, און ברייטע סעודות במשך אגאנצן טאג. דער גאנצער אויסשטעל אויפן שטח הביה"ח ווערט כסדר פארבעסערט, און אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז דער פלוס פון מתפללים זאל קענען אנגיין געשמאק און עס זאל נישט ווערן קיין אנשטויסעניש, און פיל איינריכטונגען קומען צו יאר יערליך וואס ווערט שטארק אויסעגלויבט דורך די טויזענטער מתפללים.


דער הויפט חידוש וואס וועט איינגעפירט ווערן היי יאר, איז א נייע טויער אין בית החיים, הארט נעבן דעם אהל הק', ביי די זייט פונעם צרכי ציבור געביידע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט א יאר צוריק, וואס וועט צושטעלן נאך א וועג אריין אין בית החיים. דער נייער טויער וועט ווערן פערמאנענט געבויט, און וועט שטיין אין באנוץ אין די יארצייטן פון רבותינו הק' ווען דער פארקער אינעם בית החיים איז גאר שטארק, און ביי די הויפט אריינגענג ווערט א געדרענג. דער נייער אריינגאנג וועט זיין פונעם שטח הישיבה, און איז ערווארטעט דראסטיש צו לינדערן דעם געדרענג ארום דעם בית החיים אינעם יומא דהילולא.




*








Comments


bottom of page