top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאניפיסטאציע פון הרמת קרן התורה ביי 'זכרו סיומים' אין קהילות קדושות דחסידי סאטמאר ברחבי ניו יארק

דינסטאג פ' ראה - כ"א אב תשפ"ג | קול בחצרות


טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר זענען אונטערן טיפן רושם נאכן מיטלעבן גייסטרייכע מעמדי קודש, עלעגאנטע און פראכטפולע מעמדי סיום במסגרת הלימוד זכרו שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר, ווען די טויזענטער לומדים האבן זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת מנחות, און אנהייבן מסכת חולין, מיט א ריכטיגע כבוד התורה וואס האט זיך אפגעשפיגלט אין יעדע שטאט באזונדער.


א ספעציעלע קבוצה עסקנים זענען געשטאנען געטריי אויסצוארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, ווען יעדע נאכט איז געפראוועט געווארן א מאסיווע מעמד לכבודה של תורה, אויף גאר א פראכטפולע פארנעם, ווען אין יעדע איינציגע מעמד איז אריינגעלייגט געווארן גרויסע כוחות לפאר ולרומם די כבוד התורה.


די ערשטע אין די רייע גייסטרייכע מעמדי קודש איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך מאנטאג פרשת עקב, אין די גיגאנטישע זאלן פון עטרת אברהם בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וואו דער נשיא ומייסד החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט באשיינט על ראש שמחתו, און מאציל געווען מהודו והדרו אויף די טויזענטער תלמידים וחסידים וואס זענען קובע עתים לתורה. א ספעציעלע דרשה האט מען געהערט פונעם פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אלעזר ניסן רובין, אויך האט מען געהערט ווארעמע דרשות פון הרב משה יחזקי' ווייס פטרון הסיום, הרב פייוויל קליין מגיד שיעור בחבורת זכרו, הרב צבי אהרן רייז מגיד שיעור בחבורת זכרו, און נאך חשובע רבנים ומורי הוראה.


צומארגנס דינסטאג פרשת עקב איז געפייערט געווארן די יומא טבא לרבנן בקרב חסידי סאטמאר ולומדי החבורה אין קרית יואל, די גייסטרייכע מעמד איז פארגעקומען אין די נייע פראכטפולע היכל בית המדרש דקהל יטב לב אין די בלומינגראוו געגנט, וואו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא ומייסד החבורה האט מפאר געווען בראש המסובים, און אויפגעטרעטן מיטן משא הקודש להורות את דבר השם.


אזוי אויך האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה פון הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א רב הקהילה אין קרית יואל ואב"ד סאטמאר ירושלים, בנו הגדול פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, וועלכער האט בנועם זיו לשונו אויפגעפלאמט די הונדערטער חסידים ולומדי החבורה איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה. א ספעציעלע דרשה האט משמיע געווען דער בארימטער מגיד מישרים און פה מפיק מרגליות הרב שלום שרגא פאפלאנאש מחשובי חברי הקהילה אין מאנסי.


מיטוואך נאכט פרשת עקב איז געפראוועט געווארן די גרויסארטיגע מעמד הסיום בקרב חסידי סאטמאר אין בארא פארק, די מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע היכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אויף צוויי און פופציג, במקהלות עם רב חסידים ואנשי מעשה. כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט באשיינט בראש המסיבה און משמיע געווען דעם דבר השם ברמה. אלס יושב ראש האט געדינט הרב מרדכי יעקב ראזען שליט"א, און אלס נואם הכבוד הרה"ג ר' יצחק זלמן גיפס שליט"א אב"ד ברכת אברהם. אויך האט מען געהערט א פאסיגע דרשה דורך הרה"ג ר' יעקב שלמה ליכטענשטיין שליט"א מרבני חבורת זכרו הלכה.


און צום שלוס פון די געהויבענע ימי שמחה ואורה, איז דעם זונטאג נאכט פרשת ראה געפייערט געווארן די גרויסארטיגע מעמד הסיום בקרב חסידי סאטמאר אין מאנסי, די מעמד איז געווארן צוגעשטעלט אויף א פראכטפולע פארנעם אין די שפאגל נייע זאלן פון די קראון באללרום, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא ומייסד החבורה, און דעם רבינ'ס שוואגער כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.


אלס יושב ראש האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א מנהל תלמוד תורה ראחמיסטריווקא, א תוכנ'פולע פאנעל איז פארגעקומען ווען דער בארימטער עסקן הרב יצחק אייזיק דאסקאל מגיד שיעור בחבורת זכרו האט פארגעשטעלט שאלות לעבעדיג פאר הרה"ג ר' יעקב דוד לאך בעל מח"ס טמוני חול, דערנאך האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה פונעם נואם הכבוד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א מרבני עיר מאנסי.


צום שפיץ פונעם מעמד האט מען געהערט דברות קודש פונעם סאטמארער רבי'ן, און דבר ה' ברמה פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א. דער סאטמארער רבי האט געשאנקען א ספעציעלע רייכע מתנה פאר די חשובע עסקנים העוסקים במלאכת הקודש, און א ספעציעלע מתנה איז פארטיילט געווארן פאר אלע לומדי החבורה.














































































bottom of page