top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות נעמט ארום שטאט מאנסי מיטצולעבן מעמד הנחת אבן הפינה פאר בית מדרשו פון הרה"צ רבי מרדכי שטיינער

דאנערשטאג פ' עקב -ט"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות


מיט הערצער מלא התרגשות גרייטן זיך בהכנה דרבה יראי השם וחושבי שמו, איבערהויפט די דרי קרתא עיה"ת מאנסי, צו א מעמד אדיר ונשגב, ווען מ'גייט גיסן די יסודות האיתנים, פאר בית מדרשו של האי צדיק נשגב, הרה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א, וועלכער איז פקיע שמי' מיט זיין זעלטענער אש קודש און עבודה נפלאה בעת וואס זיין ביהמ"ד "בית מרדכי", איז דער צואינס-קראפט פאר טויזנטער אידן רונדע דעם יאר, וועלכע זוכן און לעכצן צו כאפן א בליק אויף אזא געהויבענער איד.


דער מצב פון דער הייליג לעכטיג ווינקל איז ליידער ביז היינט אין א גאר ענגען מצב פון "לחץ זו הדחק", ווען דאס הייליג מקום איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן און צר מהכיל פון קענען ארייננעמען איז זיך די אלפי דורשים ומבקשים לבקר בהיכלו, אצינד גרייט מען זיך ווען עס קומט אן דער ארויסגעווארטן מאמענט, ווען מ'גייט זוכה זיין ענדליך לבא אל המנוחה והנחלה, אויפצובויען א ריכטיגער מקום קדוש וואו דער רב שליט"א וועט קענען אפרעכטן זיין עבודה נשגבה, און וועט זיין א ריכטיגער הרחבת הדעת פאר די פילע אידן וועלכע ציען צום לייכטורעם אנשעפן הויפנעס חיזוק און השפעה אויף דער גאנצער וועזן.


די עסקנים האבן זיך שוין פון לאנג אריינגעלייגט צו טון כל מה שביכלתם, צו קענען אויפבויען א ריכטיגן מקום אשר משם תצא תורה ועבודה לכל בית ישראל, אצינד נאכ'ן אריבערגיין גאר שווערע מוטשענישן דורך די שטאטישע באאמטע, וואס האט שווער אפגעהאלטן און אפגעשטופט אז מ'זאל זיך קענען נעמען צו די עבודת הבנוי', האלט מען שוין ב"ה ביי דער לאנג ערוואטערטער מאמענט ווען מ'גייט לייגן דער גרונד-שטיין פארן בית מקדש מעט און איר אויפבויען מיט אן אימפעט תיכף נאכ'ן פארענדיגן גיסן די פונדאמענטן, מיט'ן ציל צו פארענדיגן דאס גאנצער היכל הגדול כולו אומר כבוד אין די גאר נאענטע תקופה בעז"ה.


דער מעמד "הנחת אבן הפינה" וועט פארקומען דעם קומעדיגן זינטאג ראה במעמג ופן הונדערטער תושבי ודרי העיר מאנסי און אלע געגנטער ארום, בראשות חשובי האדומורי"ם, רבנים, ראשי ישיבות, וחשובי פני העדה פון שטאט מאנסי, וועלכע וועלן באשיינען די מעמד און האבן די זכי' צו גיסן די הייליגע יסודות און לייגן די גרונד-שטיין אין אזא הייליג מקום וואס גייט אזוי באלייכטן און באשיינען כלל ישראל אין די קומענדיגע יארן.


דער מעמד וועט זיך אנהייבן אין די אוונט שעה'ן אום 5:00, על יד שטחהבני' אויף 2 קעוויל דרייוו, אויף א גרויסן אויפגעשטעלטן שאטער. דער סאמע הויכפונקט פונעם מעמד איז געוויס דער "מעמד בוקע רקיעים ובקשת רחמים" איינציגע מינוטן איידער דער רב שליט"א גייט גיסן די אבן הפינה ווען מען וועט אינאיינעם זיך אויסבעטן ביים מלך קל רם ונשא, מיט די פאסיגע און מסוגל'דיגע מזמורי תהילים, און מתפלל זיין פארן כלל און פרט.


איידער מ'גייט צוטרעטן צו דער מעמד עת רצון, וועט מען האבן די זכי' צו הערן קורצע ווערטער מפי ממלל רברבן, כבוד דער רב שליט"א, וועלכער וועט ארויסרעדן פון הארץ ארויס די געמאסטענע ווערטער שטייענדיג ביי אזא מאמענט, און וועט געבן מברכותיו הטהורים לכל הקהל הקודש.



Comentarios


bottom of page