top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

על טהרת הקודש • האד' מסלאנים וועט צום קומענדיגן שנת הלימודים עפענען אייגענע מוסדות אין בית שמש

פרייטאג פ' פינחס - י"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי סלאנים איבער דער גארער וועלט האבן אויפגענומען מיט געוואלדיגער שמחה די בשורה טובה פון ארצינו הקדושה, איבער די עפענונג פון א נייעם תלמוד תורה אין ישיבה קטנה על טהרת הקודש צום קומענדיגן שנת הלימודים תחת נשיאותו הרמה פון כ''ק האדמו''ר מסלאנים שליט''א, צוערשט פאר סלאנימער חסידים אין בית שמש, ועוד היד נטויה האפנטליך צו עפענען אייגענע מוסדות התורה איבער גאנץ ארץ ישראל.


ווי באקאנט האט כ''ק האדמו''ר מסלאנים שליט''א נישט לאנג צוריק געלאזט הערן גאר שארפע דיבורים קעגן אגודת ישראל, און מוחה געווען כדת של תורה אויף אלעס וואס גייט פאר אינערהאלב אגודת ישראל, אן זיך דורכרעדן בעפאר מיט די גדולי הדור. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג דאס וואס האט לעצטנס פּאסירט, ווען די היימישע תלמודי תורה אין ארץ ישראל זענען אריין אונטער א נייע געזעץ, וואו זיי באקומען גאַ נצע פינף און זיבעציג פראצענט געלט פון די מדינה, און אַ דאנק דעם זענען זיי גענצליך אונטערגעווארפן אונטער די מדינה, און וואס די ציונים וועלן הייסן וועט מען מוזן אויספאלגן. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט אז טראץ עס קומט בכלל נישט אן גרינג, איז מען געצוואונגען צו אויפמאכן אן אייגענע תלמוד תורה על טהרת הקודש, נישט צו דארפן זיין משועבד צו די רשעים, און אזוי וועט מען קענען מחנך זיין די דורות הבאים על דרך ישראל סבא.


אצינד ווערט אויסגעפירט דעם פלאן מן הכח אל הפועל ווערנדיג ערמעגליכט פאר סלאנימער עלטערן אז די קינדער, זאלן שוין קענען מקירוב מקום לערנען און נתגדל ווערן אין די אייגענע מוסדות. דער נייע תלמוד תורה אינעם עיר ואם בישראל בית שמש וועט זיין איינקווארטירט אין די נייע בליענדע רמה ד' געגענט אין א נייעם הערליכן בנין מפואר, אויסגעשטאט מיט אלע געברויכן אויף א באקוטעמען רחבות'דיגן פארנעם, אין די זעלבע צייט איז די רעגיסטראציע פאר די ישיבה קטנה אין פולן שוואונג. ווי געזאגט וועלן די מוסדות זיין סטאנציאנירט אין רמה ד' אין עס וועט זיין צוגעשטעלט טעגליכע טראנספארטאציע פאר אלע קינדער אין בחורי חמד צושפרייט איבער אלע געגענטער אין שטאט.


דעם אנהייב חודש בעת דעם באזוך פון כ''ק האדמו''ר מסלאנים שליט''א בקרב חסידיו אין ניו יארק האט די רבי שליט''א אויפגערטיבן שטיצע צווישן נדיבים בעם וועלכע האבן מוזיק געוועהן מכספם אין געקויפט זכותים אין די נייע בניני המוסדות.



Comments


bottom of page