דאנערשטאג פ' קרח - ג' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א האט ביידע טעג ראש חודש נאכן דאווענען אפגעראכטן א לחיים לכבוד ראש חודש און משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים, דינסטאג נאכט האט די רב שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש אינאיינעם מיט די סעודת הילולא לרגל די יומא דהילולא פון זקינו הרה"ק בעל 'עטרת שלמה' מבאבוב זי''ע ראש שושילתא דדהבא, די רב האט אויפגעטראטן מיט לענגערע דברות קודש אין מעריך געוועהן במשנתו של בעל הילולא, צווישן אנדערע האט די רב אפערלירט צום ציבור זיך אנצורופן ווארעם פאר די מגבית לטובת ישיבה גדולה עץ חיים ד'באבוב אין בני ברק וואס איז מיוסד אויף די ישיבה נעץ 'עץ חיים' וואס די בעל הילולא האט געגרינדערט אינדערהיים אין גאליציע.
נאכן טיש זענען אריין א הקודש פנימה א קבוצה בחורים פון מתיבתא עץ חיים ד'באבוב וועלכע זענען אויפגעטשאנען צום פארטאגס סדר דורכאויס די יאהר זיך געזעגענען איידערן די בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים און פולין אין שפיץ פון הרה"ג ר' משה הורוויץ ר"מ במתיבתא, די רב האט משמיע געווען דברות קודש און די בחורים זענען אדורך מקבל זיין ברכות קודש.
Comments