top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סאטמאר אין בני ברק לעבן מיט פולע טאג פון תענוג רוחני ביים באזוך פון סאטמאר וויליאמסבורג'ער רב

דאנערשטאג פ' קרח - ג' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: סאטמאר'ע נייעס


הגה''צ אבד''ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א האט נעכטן צופרי נאך שחרית אין די ישיבה קטנה אין בני ברק באזוכט ביים פראכטפולען נייעם סאטמארע מיידל שולע געביידע, בנות ארץ ישראל בית פיגא, וועלכע שטייט בגמר מלאכת הבנוי'. אין די פארמיטאג שעהן איז פארגעקומען אן אסיפה בענינים העומדים על הפרק און פת שחרית אינאיינעם מיט הנהלת המוסדות איו בני ברק, בבית האכסניא אין שטוב פון הרה''ח ר' ברוך אילאוויטש הי''ו. נאכן אסיפה איז דער רב אריבערגעגאנען אויף א באזוך אין שטוב פון הרה''ח ר' משה חיים ווייס הי''ו, לאנג יעריגער מנהל המוסדות אין בני ברק יצ"ו וועלכער איז נאך נתמנה געווארן דורך הרה''ק מסאטמאר זי''ע אלס מנהל המוסדות. אויך איז דער רב אויף א באזוך אין שטוב פון הרה''ג הישיש רבי חיים שלום קליין שליט''א מרבני הקהילה.


נאכמיטאג איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם חשובן גאסט בקרב המוסדות אין בני ברק. די הונדערטער ילדי תשב"ר האבן מקבל פנים געווען דער רב שליט''א מיט ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הת''ת הרה''ג ר' אלעזר יונה שטיינמעץ שליט''א, און מען האט געהערט חרוזים דורך איינע פון די ילדי הת"ת. דער רב האט ווארעם געוואונטשן פארן מנהל און פאר די חברי הנהלת המוסדות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה והדרכה פאר די קינדער.


שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען אן אסיפה אסיפה מיטן דיין הגה''צ רבי יחיאל מיכל פריעדמאן דומ''ץ סאטמאר בני ברק אין די רבני וועד שומרי משמרת הקודש לעניני טעכנאלאגיע אין אזוי אויך זענען אריבערגעקומען די תלמידי מכינה לישיבה ווי די רב שליט''א האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים.


אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מעמד הנשגב כינוס אנשי שלומינו - חגיגת סיום מס' מנחות אין התחלת כתיבת ספר תורה - בקרב הקהילה אין בני ברק.


דער יושב ראש הרה’’ג שמעון יואל בראך מנהל חבורת תורתך שעשועי האט מקדם געוועהן בברכה די חושבע אורחים פון אמעריקא הנגיד מוה"ר אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו, הנגיד מוה"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו פטרון החבורות תורתך שעשועי אין יסודי התורה בבני ברק, אין הנגיד מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו יו"ר חבורת תורתך שעשועי העולמי.


נאך א רייע דרשות דורך די רבני ומשפיעי הקהילה האט מען געהערט די משא המעמד פונעם חשובן גאסט די סאטמאר וויליאמסבורג'ער רב שליט''א וועלכע האט ארומגערעט בשבח הקהלה הקדושה ומוסדותי' אין ארויסגעברעגנט זיין התפעלות עד אין קץ פון די תלמידי הת"ת אין בחורי הישיבה, דער רב האט דערמאנט דער קשר פון די קהילה אין בני ברק צו מר אביו כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין כמים פנים אל פנים דאס חביבות פונעם רבי'ן צו די בני ברק'ער קהילה - דאן האט ער ארומגערעט בדברי הדרכה והתחזקות בענינים העומדים על הפרק, ובג' עמודי עולם, אין שטארק משבח געוועהן די הנהלת הקהלה והמוסדות אין זייער איבערגעגעבנקייט - ער דער רב האט אויך דערמאנט די נייע בנין פארן מיידל שולע וואס מען גרייט זיך צו מחנך זיין אין איבערגעגעבן די ברכת הקודש פון אביו כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א.


דערנאך האט די רב אריינגעשריבן אן אות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די חברי הקהילה אין מען האט זיך ארויסעגלאזט אין ריקודין נלהבים בשמחת התורה.


נאכן מעמד האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין וועג קיין ירושלים ווי ער וועט זיך אויפגעהאלטן ביז איבער שבת בקרב חסידיו סאטמאר בקרתא דשופירא.
























Comentários


bottom of page