top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסער ציבור ביי חתונה פון חתן כלה אייניקלעך פון האד' מדושינסקיא ואחיו אבד"ק דושינסקיא בית שמש

דינסטאג פ' עקב - י"ד אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


אלפי חסידי דושינסקיא פון ארץ ישראל ומחוצה לה האבן נעכטן מיטגעהאלטן די היסטארישע חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, די כלה בת לבנו הגה"צ ר' אהרן שמואל שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא, מיט די חתן א אייניקל פונעם רבינ'ס איינציגסטע ברודער הגה"צ אבד"ק ור"ם דושינסקיא שליט"א פון בית שמש, בן לבנו הרה''ג ר' רפאל פרץ דושינסקיא שליט"א רב ביהמ"ד מהרי"ם דושינסקיא אין שטאט בני ברק. אייניקלעך פון כ"ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א, הגה"צ ר' יהושע ליבערמאן שליט"א ראש ישיבת שומרי החומות, און הרה''ג ר' אהרן אלי' פעלדמאן שליט"א.


דאס איז געוועהן דאס ערשטע מאל וואס די צוויי איינציגע ברידער, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און דער דושינסקיא רב פון בית שמש, האבן זיך משדך געוועהן צווישן זיך, ווען חתן כלה זענען ביידע אייניקלעך פונעם אומפארגעסליכן רבי'ן הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זי"ע.


נעכטן צופרי ביום החופה האט די רבי שליט''א געדאווענט שחרית אינאיינעם מיטן חתן אין די תלמידי הישיבות הקדושות אין ירושלים. שפעטער אום 1:00 אזייגער נאכמיטאג איז די רבי ערשינען אין גרויסן ביהמ''ד הגדול ווי עס זענען געוועהן פארזאמלט די הונדערטער בחורי החסידות צום מעמד קבלת פנים ווי מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות, אין עס איז געהערט געווארן דברי חרוזין דורך איינע פון די בחורים. דערנאך זענען די בחורים דורך אל מול פני הקודש זיך מזכיר זיין לטובה בהאי עידנא דחדוותא ביום החופה. לויט די הוראת הקודש פונעם רבי'ן האבן די בחורים ממשיך געוועהן די סדרי הלימודים אין האבן זיך הערשט ארויסגעלאזט קיין בני ברק צום חתונה נאכן חופה.


דער מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין די זאלן פון היכלי מלכות, נאכן גראמען בדברי כיבושין דורך הרה''ג רבי יוסף מאיר טייטלבוים משפיע אין די קהילה אין בית שמש איז מען געגאנגען צום באדעקן בעפאר די שקיעה. די חופה איז פארגעקומען פארענט פון זאל מיט די השתתפות פון א ריזיגן ציבור תלמידי וחסידי דושינסקיא.


מיט סידור קידושין האט די רבי מכבד געוועהן זיין עלטערן שוואגער הגה''צ רבי יעקב יחזקי' סופר גאב''ד טאראנטא חתנו הגדול פון הגה''ק מהרי''ם דושינסקיא זצוק''ל. עדי קידושין זענען געוועהן הגה''צ רבי אהרן שמואל פרנקל גאב"ד חוג חתם סופר י-ם ומרבני ק"ק דושינסקיא אין הרה"ג ר' אהרן יהושע ווייס מו''צ העדה החרדית ומרבני דושינסקיא. מיט קראית הכתבוה איז מכובד געוועהן די זיידע הגה''צ אב''ד דושינסקיא בית שמש, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידע'ס כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, אין הרה''ג רבי אהרן אלי' פעלדמאן, די פעטער'ס כ''ק האדמו''ר משאץ וויז'ניץ, הגה''צ רבי מענדיל פוקס אב''ד קרית שומרי החומות אין רמות, אין הגה''צ רבי יקותיאל ליבערמאן אב''ד סאדיגורה ירושלים. מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן די זיידע הגה''צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


די סעודת החתונה איז געוועהן צוגעגרייט פארן ברייטן ציבור אין די זאלן פון היכלי הפאר אין כליל מלכות אין פאר די משפחה ונכבדי העדה אין די גרויסער אוידיטוריום זאל. צום באשטימטער זמן איז די רבי שליט''א ערשינען צום שמחת החתונה ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת השמחה, נאכגעפאלגט מיט די ריקודין אין שמחת חתן וכלה וואו דער גאנצער עולם האט זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה ווי אן אייגענע שמחה. בשעת די ריקודין איז מען דורך וואונטשן מזל טוב אין אינימטן טאנצן איז די רבי אראפגעקומען צום חלל פונעם זאל אין ארויס אין א פייערדיגער ריקוד מיטן ברידער דער רב פון בית שמש אין א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער די טאראנטא רב, דאן איז די רבי געטאנצן מיט אלע תלמידי הישיבות אין אריינגערופן די עסקנים הנגיד ר' הערשיל הערבסט יושב ראש התאחדות תלמידי דושינסקיא אין אמעריקא אין הנגיד ר' חיים הערש גאלד וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש פארן קיום הישיבה אין בפרט מיטן אוועקשטעלן די מבצרי הישיבה אין שטאט אלעד.


אויך איז די רבי ארויס אין א ריקוד מיט כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה ירושלים אין מיט מחותנו הרה''ג רבי יעקב פעלדמאן. מיט די שבע ברכות נאכן בענטשן זענען מכובד געווארן די פעטער'ס למשפחת פעלדמאן הנכבדה, ברכה אחריתה הגה"צ ר' וועלוול ארנסטר אבד"ק מאור חיים ירושלים.


במשך די שמחה האבן זיך אנגעזעהן צענדליגער אדמורי''ם ורבנים צווישן זיי האדמור"ים ממכנובקא בעלזא, שבט הלוי, פיטסבורג, סאדיגורה ירושלים, סוכטשוב, זוטשקא אמסנא, ביאלא רמת אהרן, לעלוב ירושלים, הרבנים הגאונים: הגה''צ רבי חיים יצחק אייזיק לנדא גאב''ד בני ברק, הגה''צ גאב''ד אנטווערפען, הגה''צ רבי חיים ווייס גאב''ד ביתר, הגה"צ ר' ניסן דוד קיוואק מרבני ומשפיעי ברסלב, הגה''צ רבי מנחם ארנסטר ר"י ויזניץ, הגה"צ אב"ד ויזניץ אשדוד זוהן פון האד' מויזניץ, הגה"צ ר' מרדכי גלבר אב"ד מונקאטש ב"ב, הגאון ר' עקיבא וואזנער רב קרית שומרי החומות אין סנהדריה, הגאון ר' אברהם יעקב איצקוביץ אב"ד שבט הלוי ירושלים, הגה''צ רבי משה שמואל שטרן אב"ד סטריקוב, הגה''צ רבי בערל שטערן אב"ד סקולען בני ברק אין נאך פילע רבנים חשובים.


בדחנא דמלכא ר' הערשל הירש האט אויסגערופן דעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א צו מצוה טאנץ, אין מיט פאסיגע דברי חרוזין ארויסגעברענגט די ענבי הגפן בענבי הגפן ווען די רבי שליט"א איז זיך צום ערשטן מאל משדך מיטן ברודער, און מעורר געווען זכות אבות צדיקי בית דושינסקיא זכותם יגן עלינו.


די רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און מחותנים, און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין קדישין לפני הכלה, ווי פאר קרוב צו א האלבע שעה איז די רבי געטאנצן למעלה מכוחותיו וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א העכערע אטמאספער. דערנאך איז געטאנצן די זיידע הגה"צ אב"ד דושינסקיא בית שמש, נאכגעפאלגט מיט א מחול לצדיקים פון די בני משפחת המלוכה אייניקלעך און איר אייניקלעך פונעם רבי'ן זצ"ל מהרי"ם דושינסקיא ובראשם די חשובע געסט פון אויסלאנד, דעם רבינ'ס קינדער הגה"צ ר' דוב דוב אב"ד אהל פייגא קרית יואל און הרה"צ ר' יואל יעקב אב"ד דושינסקיא לאנדאן אזוי אויך הגה"צ ר' יוסף כץ אב"ד דושינסקיא ווילאמסבורג, הגה"צ ר' אלי' כץ אב"ד תורת אש דושינסקיא בארא פארק, הגה"צ ר' זיידא אייכנשטיין אב''ד גאלאנטא און נאך.


צום שלוס האט מען אויסגערופן די זיידעס הגה"צ ראש ישיבת שומרי החומות, הרה"ג ר' אהרן אלי' פלדמאן, די מחותן אבי החתן הרה"ג ר' רפאל פרץ רב ביהמ"ד דושינסקיא בני ברק, און די מחותן אבי הכלה הגה"צ רבי אהרן שמואל ראש ישיבת דושינסקיא, עס איז שוין געווען דריי אזייגער פארטאגס ווען עס האט זיך געשלאסן די שמחה הרוממה.
















































































































































bottom of page