top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים: האד' מוויזניץ לאנדאן ווידער אין שפיטאל מיט שווערע אינפעקציע

  • Bechatzros admin
  • 9 באפר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 20 במאי

מיטוואך פ' צו • י''א ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

השתדלו והרבו תחינה ובקשה: וויזניצער חסידים אין לאנדאן זענען היינט פארבעטן געווארן, ווייטער צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים. דער רבי איז דעם אנהייב וואך אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א שטארקע שוואכקייט. וואו עס האט זיך ארויסגעשטעלט ליידט דער רבי פון א שווערע אינפעקציע, דער רבי גייט אריבער באהאנדלונגען, מיטן האפענונג צו קענען באפרייט ווערן אין די נאנטע טעג.


דאקטוירים זאגן אז מ'דארף אסאך תפילות ישראל אז דער רבי שליט"א זאל קענען זיין אינדערהיים אויף פסח, כלל ישראל איז מתפלל לרפואת מרן דוד בן סימא מירל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.


והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים

תגובות


bottom of page