top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות החרדית נעמט אויף מיט פרייד "נייע געזעץ" וואס טוט פארלייכטערן און טיילווייז אפשטופן דעם גזירת החינוך אין ניו יארק

  • Bechatzros admin
  • 8 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אין אן היסטארישער ווענדפונקט וועלכע טוישט דעם ריכטונג און עפנט האפנטליך אן ערנסטער תקופת הצלה פאר'ן הייליגן חינוך פון אידישע קינדער אין ניו יארק רבתי, איז יעצט ביום ה' אח"ק לספירת "נצח שבנצח" פארענדיגט געווארן א יארן-לאנגע הארעוואניע צו פארבעסערן דעם געזעץ איבער פריוואטע שולעס אין ניו יארק סטעיט.


די יעציגע אנטוויקלונג קומט נאך חדשים פון שווערע ארבעט דורך די ערוויילטע באאמטע פון די היימישע געגנטער אין שפיץ פון אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין אין די אסעמבלי – מיט די הילף פון אסעמבלי לייט ר' קלמן יעגער, ר' אהרן בנציון ווידער, סטעיט סענאטאר סקופיס פון קרית יואל אין די סענאט – מיט די אקטיווע מיטארבערט פון וויליאמסבורג סטעיט סענאטארין סאלאזאר, ווי אויך סטעיט סענאטאר מיירי פון קראונהייטס, און נאך; און די פירערשאפט פון גאווערנאר האוקעל – ספעציעל אויפ'ן רוף פון קאנגרעסמאן פעט רייען.


גאר אסאך ארבעט אין דעם געזעץ איז אריינגעלייגט געווארן דורך העסקן הרה"ח ר' יושע אסטערייכער, וועלכע האט געארבעט אינאיינעם מיט נאך פילע עסקנים פון קהילת סאטמאר, סקווירא, באבוב, בעלזא, און וויזניץ, בברכתם והדרכתם פון די עיני העדה מרנן האדמור"ים שליט"א, ביז מען האט דערגרייכט דעם יעצטיגער מאמענט וואס דער ביל ווערט אדורכגעפירט אין די סטעיט לעגיסלאטיווע הייזער, און עס וועט דערנאך ווערן אונטערגעשריבן דורכן גאווענער און אריינגיין אין די געזעץ ביכער פון ניו יארק.


דער נייער געזעץ איז באזירט אויף א יסוד אז דער חרדישער ציבור זאל בעז"ה נישט דארפן טוישן דעם חינוך צו זיין ווי א פאבליק סקול רח"ל, און אז מ'זאל גארנישט דארפן משנה זיין פון ביז יעצט אינעם "תוכן" אדער אינעם "סדר" פון די לימודים, א מערכה וואס גייט אצינד אריבער א אויפשאקלונג און ברענגט אונז בס"ד צו א שטאפל ווי קיינמאל בעפאר, כאטש וואס ס'איז נישט קיין פולקאמע הונדערט פראצענטיגע ישועה פאר'ן גאנצן מערכה עד הסוף, און ס'איז אויך ערווארטעט אז דער קאמף איז ווייט פון פארטיג מצד די שונאי הדת.


כלל ישראל קוקט ארויס און איז מתפלל אז דער געזעץ זאל טאקע ווערן ריכטיג אפגעטייטשט דורך די ניו יארק סטעיט עדיוקעשאן דעפארטמענט למען עתיד חינוך הטהור, און עס זאל דינען אלס א גוטער שריט צו קענען גענצליך עלימינירן דעם שרעקליכער גזירה פון יהדות ניו יארק.

תגובות


bottom of page