top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער מעמד פתיחת "בית הוראה" והתמנות הדיינים ומורי הוראה בחצה"ק סאדיגורא אין שפיץ פון די גדולי התורה וההוראה

  • sfbechatzros
  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: לפני 28 דקות

מאנטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

אין א שמחת תורה'דיגע שטימונג האבן חסידי סאדיגורא געפייערט דעם ערהאבענעם מעמד "חגיגת התורה" מיטן עפענונג פונעם נייעם "בית הוראה" און א "מעמד התמנות" פון א געקליבענע צאל רבנים הגאונים שליט"א אלס פרעמאנאנטע דיינים ומורי הוראה לדון ולהורות בדבר ה' זו הלכה צווישן די קהילות הקודש דחסידי סאדיגורא אין ארץ ישראל.


דער מעמד איז פארגעקומען בראשות כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, און מיט די השתתפות כבוד פון גדולי ישראל וגדולי הפוסקים, און נאך פילע גדולי רבנים ודיינים שליט"א, ראשי ישיבות גדולי התורה, ועל צבאם הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלבודקא, וועלכע זענען געקומען אינאיינעם פייערן ברוב שמחה וחדוה די פייערליכע שמחת התורה וועלכע ווערט אצינד דערהויבן בהדרתו לשם ולתפארת.


דער גרויסארטיגער מעמד פתיחת "בית הוראה", איז נאך יסודתו בהררי קודש פון כ"ק אדמו"ר בעל עטרת ישראל מסאדיגורא זצ"ל, וועלכע האט כל ימיו געשטרעבט אויפצושטעלן אין זיין קהלה א קבוצה פון תלמידי חכמים הגונים וועלכע זאלן אויסשטייגן אלס מורי הוראה בישראל להשיב בדבר ה' זו הלכה בכל מקצועות התורה, און האט נאך און די פריע יארן פון זיין קורצע שנות הנהגה כסדר מעורר געווען דעם ציבור אז עס זאלן זיין קבוצות ווי מען לערנט אפ בעיון רב אלע ד' חלקי שולחן ערוך מיט די נושאי כלים, מיטן ציל צו קענען מייסד זיין א אייגענע בית הוראה אשר יעמדו בו על המשמר להורות לעם ה' את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א, וועלכע האט מיט זיינע פערל רייד אנגעפירט די גאנצע מעמד מנועם שפתיו, און ער האט דערביי מכבד געווען אויפצוטרעטן הגאון הגדול רבי אברהם צבי הכהן שליט"א גאב"ד בית הוראה 'הוראה כהלכה', וועלכע האט גאר שטארק ארומגערעדט בשבחם פון די ניי געקרוינטע מורי הוראה אינערהאלב די קהלה, וואס מיט א חלק פון זיי איז ער גאר שטארק בידידות, וביודעי ומכירי קאמינא איבער זייער געוואלדיגע בקיאות בתורה ובהוראה.


דאן האט מען אויסגערופן די נעמען פון די מורי הוראה שליט"א וועלכע זענען נתמנה געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, און מען האט מכריז געווען א יעדער איינער אויף וועלכע באשטימטע פאזיציע ער וועט האבן אויף זיך לישא את עול התורה וההוראה בקרב הקהלה אויף לאנגע געזונטע יארן.


דערנאך איז געהערט געווארן א דרשה פון הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת 'קהלות יעקב' אין בני ברק, ודומ"ץ בית דין צדק 'זכרון מאיר', וועלכע האט ארויסגעברענגט בשבח המעמד ובשבח הדיינים שליט"א.


מיט א באזונדערע יראת הכבוד האט מען מקבל פנים געוועהן דער חותן המלך הגאון רבי אשר חיים שטערנבוך אבד"ק אהל יעקב אנטווערפען ודומ"ץ מחזיקי הדת, וועם זיין איידעם דער רבי שליט"א האט געזעצט בעמן זיך און אסאך פארבערנטג אינאיינעם במשך די מעמד.


א סקרוך איז אריבער אין די ביינער פון אלע באטייליגטע, ווען עס איז ערשינען אויפן בימת הכבוד בהדרת קודש הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, וועלכע האט זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא צו באשיינען דעם געוואלדיגן מעמד הגדול אפצוגעבן דעם ריכטיגן עהרע לכבוד התורה ולומדי', נאכדעם וואס דער גאון שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט פארן סאדיגורא רבי שליט"א בעת דער רבי האט אים געלאדענט בו ביום צו באטייליגן ביים גרויסארטיגן מעמד, אז ער האט מקובל פון רבו הגדול מרן החזון איש זצ"ל אז דער עיקר חשיבות פון לימוד התורה איז צו לערנען 'אליבא דהלכתא'.


דער גאון שליט"א האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה בשבח המעמד, און מען האט זיך אויפגעשטעלט אין א פייערליכע ריקוד בשמחת התורה, צום שלוס האט דער סאדיגורא רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם ראש הישיבה שליט"א ביותרת הכבוד.


דערנאך איז געהערט געווארן גאר א שטארקע דרשה פון הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת 'אור החיים' אין בני ברק ודומ"ץ בד"ץ 'זכרון מאיר', וועלכע האט ארויסגעברענגט וואס ער האט מקבל געווען פון רבו הגדול פוסק הדור בעל שבט הלוי זצ"ל בשבחם פון מורי הוראות בישראל.


מיט א חרדת קודש האבן זיך די הונדערטער חסידים צוגעהערט צום משא המעמד פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכע האט אנגעהויבן זיינע ווערטער מיט גרויס התרגשות זאגענדיג אז עס איז זיכער אז דער טאטע דער רבי זצ"ל פרייד זיך מיט משמי מעל בשמחת בני קהלתו, זעהנדיג אזא געוואלדיגע ריבוי פון כבוד התורה ולומדי', וואס כל ימיו איז דאס געווען משאת נפשו הטהור אויפצושטעלן פרישע עמודי התורה וההוראה בקרב די קהלה.


נאך די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א האט זיך דער גאנצער ציבור אויפגעשטעלט טאנצן בריקודין של שמחה.


נאכן מעמד הגדול האט הגאון רבי יוסף צאלער שליט"א ראש ישיבת סאדיגורא איבערגעגעבן ברכות לרוב פארן רבי'ן שליט"א בשם כל הקהל הקודש לרגל די געוואלדיגע מאורע הנשגב וואס מען האט ב"ה דערגרייכט.



דעם נאכפאלגענדיגע שבת קודש פרשת שופטים האט דער רבי שליט"א באזונדער מכבד געווען די ניי געקרוינטע דיינים ומורי הוראה שליט"א מיט ספעציעלע כיבודים, באזונדער בשעת 'בואי בשלום' האט דער רבי שליט"א זיך אנגעכאפט אין די פרישע מורי הוראה שליט"א טאנצענדיג מיט זיי א לענגערע צייט לכבוד התורה ולומדי', בעת ווען דער גאנצער ציבור פריידט זיך מיט מיט אט דעם גרויסן דערגרייכונג.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page