top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פלאם פייערדיגע עבודה פון "זעכצן שעה" נאכאנאנד זאת חנוכה אין ק"ק נחלת יעקב בראשות הגה"צ רצ"מ זילבערבערג שליט"א

  • Bechatzros admin
  • 25 בדצמ׳ 2025
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט אויסטערלישע התעוררות ודביקות עילאה, איז אפגעראכטן געווארן דער יום המסוגל וגמר מסירת הפתקין "זאת חנוכה" אינערהאלב חבורת "נחלת יעקב" בראשות המשפיע ריש חבורתא קדישתא הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, וואס האט זיך פארצויגן אויף א רעקארד-צאל פון אריבער "זעכצן שעה" נאכאנאנד  אינעם יום שכולו תפלה והתעוררות און מעמדי בקשת רחמים.


לכבוד דעם גרויסן טאג זאת חנוכה איז דער היכל ביהמ"ד הגדול נחלת יעקב אין ירושלים געווארן אויסגערישט מיט די מאקסימום פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם טויזנט-קעפיגן ציבור וואס האט מיטגעפראוועט די עבודה אריכתא.


שוין פון די פארטאגס שעה'ן איז דאס ביהמ"ד געווען איבערגעפילט מיט מאסן לומדים וואס האבן געלערנט כהכנה דרבה צום דאווענען. ארום ניין דרייסיג אינדערפרי איז דער משפיע שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו שחרית וואס האט זיך פארצויגן אויף גאנצע "דריי שעה" נאר ביז נאך חזרת הש"ץ, ווען דער משפיע שליט"א איז יורד לפני התיבה במשך אלע תפילות היום.


נאך חזרת הש"ץ איז געווען א קורצע הפסקה, און ארום א פערטל נאך איינס איז דער משפיע ערשינען צו הלל, און פארגעדאווענט מיט א קול חוצב און התלהבות אש יקוד, ווען בלויז אמירת הלל האט זיך פארצויגן גאנצע "דריי שעה", ווי אין לויף פונעם דריי-שעה'דיגן הלל האט מען געזינגען פילע ניגוני התעוררות ניגוני ימים נוראים, און ניגוני שמחה, דערנאך קריאת התורה האט זיך פארצויגן אויף ארום א האלבע שעה, ווען דער משפיע ליינט פאר בהתעוררות רב.


מ'האט פארענדיגט שחרית ביים שקיעה, און מ'האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען מנחה, וואס האט זיך פארצויגן פאר ארום א שעה, כמעט ביז'ן זמן רבינו תם, ווען עס איז געווען צוגעשטעלט א סעודה רחבה לכבוד היום פארן גאנצן ציבור.


במוצאי ימי האורה, ארום אכט אזייגער אויפדערנאכט איז דער משפיע ערשינען צום גרויסארטיגן סעודת "נעילת החג", וואס האט זיך פארצויגן אויף גאנצע "זעקס שעה". מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני דביקות ושמחה והתעוררות, באגלייט מיט מוזיק, ווי דאס ביהמ"ד איז געווען טונקל אין א אטמאספערע פון רעווא דרעווין, און דערנאך האט דער משפיע משמיע געווען א לענגערע שיחת קודש פון ארום אנדערהאלבן שעה, ארומקאכנדיג איבער די גרויסע הארות און השפעות פון יו"ט חנוכה, נאך די שיחת קודש האט מען אנגעצינדן די לעקטער און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין קדישין פאר ארום א שעה צייט. דער טיש איז פארענדיגט געווארן ארום שפעט ביינאכט, שליסנדיג איין חטיבה פון אריבער זעכצן שעה עבודת הקודש בתפלה והתעוררות ארויסגייענדיג פון די לעכטיגע חנוכה טעג.



תגובות


bottom of page