מאסיווע רענאוואציעס ביים ביהמ"ד הגדול היכל מהרי"ץ דושינסקיא אין ירושלים עיה"ק לקראת די ירח האיתנים
- sfbechatzros
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: לפני 29 דקות
דאנערשטאג פ' כי תצא • י''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט פרייד האבן טויזענטער חסידי דושינסקיא אויפגענימען די בשורה טובה ומרנינה איבער די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה בחצר הקדוש ווען און די טעג טוט מען זיך אריינלאזן אין א גרויסארטיגע רענאוואציע פראיעקט מיטן פארברייטערן און פארגרעסערן דעם בית המדרש הגדול היכל מהרי"ץ דושינסקיא אין ירושלים עיה"ק, דער תל תלפיות פאר אלפי חסידי דושינסקיא המסתופפים בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
דער בית המדרש הגדול איז נתחנך געווארן מיט גענוי 25 יאר צוריק ראש השנה שנת תש"ס בערוב ימיו פון הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים, און בליעה"ר מיט'ן וואוקס פונעם ציבור שפירט זיך די ענגשאפט בכל פנה ופנה, ובפרט אין די ימים טובים און שיינע שבתים.
מיט עטליכע חדשים צוריק איז שוין איינגעפעדימט געווארן פלענער אויסצוברייטערן דעם בית המדרש הגדול פון אלע זייטן, מיטן חשבון אז ווען דער בניני הישיבה וועלכע געפונען זיך הארט נעבן ביהמ"ד הגדול וועלן זיך בס"ד אריבערציען אין די נייע "קרית הישיבה" אין אלעד, וועט מען דאן קענען נוצן די שטח פארן ביהמ"ד הגדול.
היות די מלאכת הבני' ביים קרית הישיבה אין אלעד איז אבער נאכנישט געקומען לידי גמר, און מען קען נאך דערווייל נישט ארויסבויען דעם ביהמ"ד פון די זייטן, האט דער רבי שליט"א פאררופן א 'אסיפת חירום' פאר די גבאי ועסקני ביהמ"ד הגדול, און געפאדערט אז עס ליגט א התחייבות צו פארברייטערן דעם ביהמ"ד לקראת די ירח האיתנים, דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז צו לאזן די ביהמ"ד אויף די ימים טובים אזוי ווי עס איז יעצט איז בגדר פיקוח נפש ממש, און מען מוז זאפארט זעהן עפעס צו טוהן אויף א פארברייטערונג.
די עסקנים האבן זיך תיכף אריינגעלייגט אויפצוקומען מיט פרישע פלענער וויאזוי מ'קען פארברייטערן דעם ביהמ"ד, און מען האט באשלאסן אונטערצונעמען א בליץ שנעלע בוי פראיעקט איינצואוורפן די מזרח וואנט פונעם ביהמ"ד, און ארויסבויען דעם היכל הגדול, וואס דאס וועט ווי כמעט פארטאפלען דעם היכל בית המדרש צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער חסידים אין אלע זמנים פון יאהר.
לויט די נייע פלענער וועט דער היכל ביהמ"ד זעלבסט ערהאלטן אין זיך פרישע 450 זיץ פלעצער, באזונדער וועט צוקומען א נייע פליגל אויף צד דרום ספעציעל פאר די בחורי הישיבות מיט אריבער 600 זיץ פלעצער, נאכדעם וואס א טייל פון די ביז יעצטיגע גאלעריע וואס איז גענוצט געווארן פאר די בחורים וועט היי יאר זיין געווידמעט אלס עזרת נשים, אין צוגאב וועט צוקומען פרישע 1500 שטיי פלעצער אויף די פארענטשעס, וואס דאס וועט צוגעבן א גרויס הרווחה פאר די ימים טובים און גרעסערע מאורעות אין הויף.
די הנהלת הקהלה והביהמ"ד האבן זיך אריינגעווארפן מיט א גלאפירענדע שנעלקייט אנצוהייבן די מאסיווע מלאכת הבני', בו בזמן ווען די רבי שליט"א האלט מיט א יעדע דעטאל פון די ארבעט, מריחוק מקום זייענדיג די טעג אין אמעריקא אויפצוטרייבן סכומים הגונים פאר די נייע קרית הישיבה אין אלעד, און מען לייגט אריין די מאקסימאלסטע כוחות אז דער ביהמ"ד זאל זיין גרייט על מכונו והיכלו לקראת ראש השנה הבעל"ט.
אין די לעצטערע טעג איז צונימען געווארן די פראכטפולע ארון הקודש פונעם בית המדרש הגדול, וועלכע איז באקאנט אלס איינס פון די שענסטע ארוני הקודש אין דער וועלט, די ארון הקודש איז צונימען געווארן אויף קלענערע שטיקלעך, און איז אפגעשיקט געווארן מיט א שיף קיין אינדיע, ווי דער ארון הקודש וועט אדרוכגיין א מאסיווע רענאוואציע צו פארגערעסערט און פארשענערט ווערן לויט די גרויסקייט פון די נייע מזרח וואנט פונעם בית המדרש הגדול.
די וואך זונטאג פרשת כי תצא, איז פארגעקומען די מעמד "פדיון ארון הקודש וכותל המזרח" אזוי ווי עס ווערט אנגענומען להלכה אז אויב איז מען סותר די ארון הקודש דארף מען דאס אויסלייזן, דער מעמד איז פארגעקומען בראשת הגה"צ רבי אהרן שמואל שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא בשליחות אביו הגדול דער רבי שליט"א, און בהשתתפות רבני ק"ק דושנסקיא פון ירושלים.
נאכן מעמד הפדיון איז פארגעקומען א מעמד לחיים, ווי די רבנים שליט"א האבן הערליך ארומגעשמועסט פארשידענע ענינים בענינים העומדים על הפרק אינערהאלב די הרחבת גבולי הקדושה.
נעכטן מיטוואך האט מען גענצליך פארענדיגט אראפצונעמען די מזרח וואנט פונעם ביהמ"ד, און דעם היינטיגן דאנערשטאג הייבט מען בס"ד אן צו גיסן די שפאגל נייע פאדלאגע פארן היכל בית המדרש הגדול.
השלם זה הבנין!






