מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

די חרדישע אידנטום אינעם ווייטן מעלבארן אוסטראליע זענען איינגעהילט אין פרייד, זיך גרייטענדיג צום געהויבענעם באזוך פון דעם אורח הכבוד הרה''ג רבי שלום רוקח נכדו בכורו פון כ"ק האדמו''ר מבעלזא שליט"א וועלכע וועט אנקומען אויף אן ערשטמאליגן באזוך מחזק צו זיין די חסידישע קהילה אין שטאט דעם קומענדיגן וואך פ' חקת בלק.
דאס קומט נאכדעם וואס די ראשי הקהלה און בעלזא חסידים בריחוק מקום אין מעלבארן האבן שוין א לענגערע צייט מפציר געוועהן אז א פרעזענליכע שליח פונעם בעלזא רב שליט"א זאל קומען מחזק זיין די ארטיגע אידן אין אריינבלאזן א גייסט פון התעלות און א רוח פון אהבת תורה ויראת שמים, מרומם צו זיין דעם קרן התורה והחסידות אין שטאט.
דער קלימאקס פונעם באזוך וועט זיין דעם 'שבת התאחדות והתעלות' דעם קומענדיגן שבת חוקת - בלק פאר כלל חסידי וידידי בית בעלזא אין שפיץ פונעם חשובן גאסט. הונדערטע תושבי העיר קוקן ארויס מיט שפאנונג צו דעם געהויבענעם ביקור און האבן זיך שוין רעגיסטרירט אנטייל צו נעמען אינעם גרויסארטיגן שבת.
דארנעשטאג נאכט וועט פארקומען די מעמד ''קבלת פנים" און שבת וועט אויך פארקומען א באטע "שבת אחים" אינעם שטאטישן בית המדרש קהל "עדת ישראל" אין שפיץ פונעם מרא דאתרא הגה''צ רבי שלמה קאהן גאב''ד מעלבארן אוסטראליע. מוצאי שבת וועט פארקומען א גרויסארטיגע 'מלוה מלכה' לטובת מרכז מוסדות בעלזא ווי די חשובע גאסט וועט אויפטרעטן מיטן משא המעמד.
דורכאויס די צען טעג וואס הרב שלום וועט זיך אויפהאלטן אין מעלבארן, וועט ער באשיינען א רייע כינוסים און מעמדים בקרב הקהלה והמוסדות און אפשטאטן באזוכן ביי די רבני העיר און אויך אויפטרעטן אין די היכלי הישיבות והכוללים.

Comentários