זונטאג פ' בהעלתך • י' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר און דוד ארזני
טויזנטער אידן האבן היינט אפגעגעבן דעם כבוד האחרון פאר הרבנית הצדיקת מגור ע"ה, אשת חבר פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע, ירושלים תתן קולה, די ירושלימ'ע גאסן איז געווארן פארשווארצט מיט א ריזן מאסע פון פילע טויזנטער מלוים, וועלכע האבן מיט אראפגעבויגענע קעפ און געבראכענע געמיטער מקונן געווען אויף די שווערע אבידה.
א קורצע צייט נאך די פטירה אין די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק, איז מטת כבודה ארויס צו איר שטוב אויף רחוב יהודה הלוי 15, וואו זי האט געוואוינט די לעצטערע יארן, בבית בנה הרה"צ רבי יצחק דוד אלטער שליט"א, און אויפ'ן ארט האבן די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א געזאגט קדיש.
פון דארט האט מען באגלייט די מטה בחוצות העיר בני ברק, במעמד קהל רב חסידי גור און מעריצים ואוהדים. עס האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מגארליץ, אשלג, טריסק בני ברק, און הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק.
דערנאך איז די לוי' ארויס פון ירושלים, צוערשט פון די ישיבה "שפת אמת" וואו די רביצין ע"ה האט געוואוינט לאנגע יארן אינאיינעם מיט מחברתה הטהורה דער פני מנחם ז"ל. די שורת הספדנין איז געעפנט געווארן דורך בנה בכורה הרה"צ רבי יעקב מאיר אלטער שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט גאלדענע שטריכן פון איר געוואלדיגע מדת החסד און מידות טובות, און זיך הארציג געזעגנט און געבעטן מחילה בשם די גאנצע משפחה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן נכדה הגדול הגה"ח רבי אברהם מרדכי אלטער שליט"א זוהן פון המנוח הרה"צ רבי אריה אלתר ז"ל, וועלכער האט גערעדט איבער די געוואלדיגע מדריגות אין צניעות און באשיידנקייט מיט וואס די באבע די רביצין ע"ה איז געווען אויסגעצייכנט, און ארום איר מדת הבטחון, זייענדיג מקבל יעדע זאך באהבה, און זיך קיינמאל נישט מתרעם געווען.
דערנאך האט מען באגלייט די מטה צו רחוב מלכי ישראל, וואו די צענטראלע מסע הלוי' איז ארויס אויף רחוב ירמיהו, מיט'ן השתתפות פון טויזנטער חסידי גור פון איבער גאנץ ארץ ישראל וועלכע זענען געקומען לספוד לצרה ולבכותה. די מטה האט זיך אפגעשטעלט נעבן ביהמ"ד הגדול גור, וואו ס'האט אפגעווארט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכער איז געשטאנען אויף די טעראסע פונעם בנין ביהמ"ד הגדול, נעבן אים איז געשטאנען דער זון פון די נפטרת, הרה"צ רבי יצחק דוד אלטער שליט"א ראש כולל חסידי גור אויף רחוב מלצר אין בני ברק, וועלכער האט מקונן געווען די שווערע אבידה, און מעלה געווען בשבחה הרם פון די מוטער די רביצין ע"ה, ווי ס'האט ספעציעל ארויסגעשיינט אירע הויכע מדריגות אין אמונה בה', ווען זי האט במשך איר לעבן מיטגעמאכט פארשידענע שווערע זמנים, און זי האט אלעס מקבל געווען באהבה.
דערנאך האט הגה"צ רבי יצחק דוד געזאגט קדיש, און די לוי'-צוג האט ווייטער ממשיך געווען דעם וועג אויף רחוב ירמיהו וואס איז געווען איבערגעפילט מיט טויזנטער חסידי גור, ווען אונטער די מטה איז מלוה דער גרויסער פלומעניק פון די נפטרת, דער גערער רבי שליט"א וועלכע איז נאכגעפארן די מיטה, און מ'האט געזאגט יושב בסתר. צווישן די מלווים האבן זיך אנגעזען כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
חסידי גור האבן באגלייט די מטה ביז רחוב בר אילן, פון דארט איז מטה ארויף צו אלי הכהן, אין ריכטונג פון רחוב יוסף זיו, וואו דארט איז פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול פני מנחם פארגעקומען די גרויסע לוי' דורך קהלת פני מנחם, בהשתתפות די הונדערטער בני הקהלה. צוערשט האט מספיד געווען דער זון מרן הראש הישיבה הגאון רבי שאול אלטר שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם גרויסן פארלוסט פון אזא אשה כשרה וצנועה, וועמענ'ס לעבן איז געווען איין קייט פון אמונה ובטחון, און זיך געפירט מיט א מורא'דיגן פשטות און ענות חן, אלץ געלעבט פאר יענעם, און געווען א מרבה להיטב, און זיך אפגעגעבן פאר בעלה הקדוש מיט א מורא'דיגע נאמנות.
דער ראש ישיבה האט זיך ספעציעל באדאנקט פאר די געשוויסטער פון בני ברק, וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן פאר איר מיט גרויס געטריישאפט די לעצטערע יארן, זיין שוועסטער הרבנית ליפל, און זיין פלומעניק הרה"צ רבי יצחק דוד'ס זון, הרב פנחס מנחם. דערנאך האט בקול בוכים מספיד געווען דער זון הרה"צ רבי דניאל שליט"א ראש ישיבת פני מנחם, וועלכער האט גערעדט איבער די גאלדענע מעלות ומדות טובות וואס די מאמע ע"ה האט פארקערפערט, און דעם זעלטן דור ישרים ומבורך וואס זי האט מגדל געווען.
שפעטער האבן אלע קינדער געזאגט קדיש, און מ'האט באגלייט די מטה ביז'ן בית החיים סנהדריה וואו ס'איז פארגעקומען די קבורה, די קינדער האבן געזאגט קדיש, און אריבער די שורה מקבל זיין תנחומים. שפעטער זענען די אבלים אנגעקומען צו די שטוב פון הגה"צ רבי דניאל אויף תפלת מנחה און מ'האט זיך געזעצט מקבל זיין תנחומים און אויף די סעודת הבראה.
וכבוד גדול עשו לה במותה
Comments