top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 15 ביוני 2023
  • זמן קריאה 6 דקות

עודכן: 29 ביוני 2023


ree

דאנערשטאג פ' שלח - כ"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות

האדמו"ר ממכנובקא-בעלזא ביי א משפחה שמחה די וואך אין כפר חב"ד, ווי די רבי שליט"א האט מיט געהאלטן די מראות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל.

כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א באזוכט ביי האדמו"ר מ'לעלוב ניקלשבורג שליט"א נאכן וויילן אויף שבת אין ירושלים.

ree

בנאות דשא • גייענדיג אויף די לאנדאנער גאסן די וואך האט קרישקעס באמערקט האדמו"ר מסאדיגורה-לאנדאן מיטן הויז בחור הערשל גאלפערד שעפענדיג פרישע כוחות.

ree

האדמו"ר מ'משכנות הרועים ביים זיך צוריק קערן קיין ארצינו הקדושה נאכ'ן וויילן די לעצטערע טעג אין חוץ לארץ.

ree

‏הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א אויפן וועג קיין טאראנטא ווי די רב וועט וויילן איבער שבת אויפצוטרייבן געלטער לטובת די נייע מקווה טהרה דקהל מחזיקי הדת אין אנטווערפן.

ree

האדמו"ר מקאליב שליט"א ביים שענקען א פלעק פארן ירושלימער מעיאר משה ליאון ביים מעמד הכנסת ספר תורה היינט צום קאליבער ביהמ''ד כאות הכרת הטוב פאר זיינע לייסטונגען פאר בית קאליב.

ree

כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א איז געזעהן געווארן דעם פארלאפענעם מוצ"ש ביי די לוויה פון הרה"ח ישראל זאב ווייצענהענדלער ז"ל מזקני חסידי אמשינוב, בעת ווען די רבי זעלבסט האט נאך געהאלטן אינמיטן שבת.

ree

כ"ק אדמו"ר מפינסק קרלין שליט"א האט קרישקעס היינט באמערקט ביים שפאצירן אויף די גאסן פון אלט שטאט ירושלים אויפן וועג צום כותל המערבי.

הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים ביים פוקד זיין די ציונים הקדושים אינעם אוהל אדמור"י בית סאטמאר אין קרית יואל, לקראת די שמחת החתונה פון א קינד.

ree
ree

זקן אדמו"רי בית רוז'ין האדמו"ר מקופיטשניץ שליט"א ביים אינטערפירן א חתן בזיווג שני אינטער די חופה זייענדיג א קרוב מצד הכלה די אלמנה.

ree

שמחת השבע ברכות המרכזית פון אן אייניקל פון מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א בשמחת בית וויז'ניץ סקווירא לעלוב, וואס איז אפגעראכטן געווארן פאר די חסידים תושבי ארה"ב אין די זאלן פון כתר צבי אין וויאלמסבורג.

אל יעזבונו נצח סלה ועד • ביים שמחת החתונה פארלאפענעם וואך בשמחת בית וויז'ניץ סקווירא לעלוב איז געזינגען געווארן פאר א לענגערע צייט די ניגון אל יעזבונו נצח סלה ועד, ווי די אדמורי"ם האבן מעודד געווען די ניגונים.

הרה"ג רבי פנחס לייבוש פדווא גאב"ד קהל שומרי הדת באנטוורפן מלפנים דומ"ץ אין קרית גת ביי א באזוך די וואך במעונו פון האדמו"ר ממיאלען אין קרית גת.

ree

הרב שמואל צבי הורוויץ בן האדמו''ר מתולדות צבי דספינקא שלט''א ביים איבערגעבן די נייע ספר אמרי יצחק פון אביו שליט''א פאר המשפיע הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א.

ree

בקודש פנימה • הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד שליט"א בן מרן אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א אויף א באזוך די וואך ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-ירושלים שליט"א בביתו נאוה קודש, איינצולאדענען צום שמחת החתונה פון בנו וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך.

קרישקעס האט די וואך באמערקט האדמו"ר מלעלוב שליט"א גיין אין די בארא פארק'ע גאסן וויילענדיג אין אמעריקע לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל.

ביים מעמד קבלת פנים בשמחת בית תולדות אהרן טאהש קרעטשניף, וואס איז געפראוועט געווארן בהיכל ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק, האט קרישקעס באמערקט דעם לאנגיעריגער בעל מנגן בחצר הקודש תולדות אהרן הרה"ח ר' חיים אהרן בריזל הי"ו, וועלכער האָט אויפגעטרעטן מיט חרוזים אין אויסגערעכנט די הייליגע זיידע'ס צדיקים קדושי עליון שרפי מעלה זיע"א וועלכע קומען אַראָפּ פון גן עדן העליון, זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה בבית צדיקים.

ree

די חבר הכנסת ר' יצחק גאלדקנאפף אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא אין נהריה, זיך דורך צו רעדן בעניני השעה ובענינים העומדים על הפרק.

ree

לקראת די גרויסע שבת של שמחה דעם קומענדיגן פרשת קרח, שבת שבע ברכות בצל הקודש פון נכד אדמו''ר מסאטמאר שליט''א בן הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים שליט''א וואס קומט פאר אין קרית יואל איז געשאנקען געווארן א נייע פראכטפולע זילבערנע מלכות'דיגע חלה דעקל וואס איז נתנדב געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר ראטה פון מלכות דשזודעקא.

ree

אהבת התורה • ביים שיעור פון הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א אין לעקוואד, ווען די בחורי הישיבה האבן געזעהן אז עס איז שוין נישט דא קיין פלאץ אינעם בנין אין היכל הישיבה איז ארויסגעשטעלט געווארן א ספיקער אין די גאס כדי אלע זאלן קענען מיט האלטן דעם שיעור פונעם גאסט דער ראש ישיבה, ווי קרישקעס האט באמערקט פילע בחורים אראפ שרייבן די שיעור לייגענדיג די פאפיר אויף צעמענטענע גדרים וכדומה.

‏ביים ענדע פונעם היסטארישער מסע החיזוק • הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן ווערט אנטפאנגען דורך די הינדערטער ילדי ת"ת דלעקוואיד מיטן ניגון ימים על ימי מלך.

פארלאפענעם שבת ערב שבת שבע ברכות בשמחת בית גור איז געזעהן געווארן פולע בחורי גור זיך פיצן די שיך לכבוד שבת קודש.

א רייכע שבע ברכות איז פארגעקומען דעם ערב שבת בשמחת בית בעלזא וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך הנגיד ר' רפאל הערצאג מחשיבי חסידי בעלזא אין מאנטריאל, אין זיין דירה אין קרית בעלזא אין ירושלים.

ree

האדמו"ר משפיטיווקא ביים זיך אנהאנדלען א נייע בגד לכבוד שבת קודש.

א גערער ספאדיק צווישן טויזענטער שטריימלעך • דער וועלט בארימטער חזן הרב ישראל אדלר ווערט געזעהן משמח זיין ביים גרויסן שבע ברכות אין בעלזא - קרעדיט אנשיל בעק.

מרן אדמו"ר מויז'ניץ ביים דינער וואס איז געווען מיוחד פאר די נגידי ותומכי המוסדות אין מאנסי וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובות דער נייע ישיבה קטנה וויזניץ אין שטאט מאנסי, עס ווערט געזעהן דער בארימטער בעל מנגן הרב יעקב שלמה גראס ביים מהנה זיין דעם ציבור המשתתפים.

די צוויי גרעסטע ארכי פראדוצירער ביי די גרעסטע מעמדים אין די חרדישע ניו יארק, ר' ארי פרענקל און ר' יוחי פליישמאן, אין א אחדות'דיגע בילד ביים ערשטמאליגן דזשעי פאד כשר'ע עסנווארג עקספאו.

ree

ביים גרויסן שמחת החתונה בחצר הקודש בעלזא איז געברענגט געווארן פארן רב א פלעשל וויין געמישט מיט כוס של ברכה פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, ווי עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך האט דער רבי ווידער געמאכט א בורא פרי הגפן צוליב די חשיבות פון די וויין.

ree

קרישקעס האט באמערקט האדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א ביים טיילן פעקלעך ביים מסיבת חומש סעודה אין ת"ת צאנז אין שטאט מאנסי.

ree

90 יאר לפטירתו פונעם מלך החזנים הרב יוסל'ה רוזנבלט ז"ל. האט קרישקעס באמערקט דער חזן העולמי מוטי בויאר בבכי על קברו אויפן הר הזיתים ביום ההילולא.

קרישקעס האט די וואך באמערקט אן אינטערסאנטע ערשיינוג ווען דער בארימטער פאטאגרעפירער שלומי טריכטר איז די וואך אנגעקומען מאכן בילדער בי א מעמד ווען מיטאמאל זעהט ער א מודעה אויפן הויפט אריינגאנג אז בהוראת רבני הקהילה זאל מען נישט מאכן ווידיאו'ס ביים מעמד, שטעלט זיך די פראגע וואס איז מיטן פאטאגרעפער....

ree

מי כעמך ישראל • פארנט פון בית כ"ק אדמור מקאסוב שליט"א לרפו"ש, שטייט פראמינענט א ריזן פרוכט בוים. דער בוים וואס איז ווארשיינליך איינגעפלאנצט געווארן מיט עטליכע דורות צוריק, האט אנגעהויבן צייגן סימנים אז אט גייט זי איינפאלן, און דערמיט געשטעלט פיסגייער אין א סכנה. מען האט געמוזט שניידן דער בוים. דאך אבער איז נישט פשוט דאס שניידן פון א פרוכט בוים מיט אלע הלכה'דיגע היתרים – און אפילו אזוי איז דאך דא דער צוואת ר' יהודה החסיד וואס שטעלט עס אריין בגדר 'סכנה' נישט בלויז איסור, און אויף דעם איז גילטיג חמירא סכנתא מאיסורא. דעריבער האט מען צום ערשט פארקויפט דעם בוים כדת וכדין. און לקיים והייתם נקיים האט מען געהאנגען דעם שטר אויפן בוים להתודע ולהגלות.

ree

א נייע עלעוועיטאר וואס איז געבויט געווארן ביי די מערת המכפילה, איז אריין געגאנגען אין באנוץ.

ree

דעם פארגאנגענעם שבת פרשת תרומה פארטאגס האט ווי באריכטעט אויסגעבראכן א פייער אין ביהמ"ד ברך משה דסאטמאר אין ירושלים אויף רחוב יונה. אינעם שריפה זענען ליידער פארברענט געווארן צוויי ספרי תורה און עטליכע פאר תפילין ה"י וועלכע מען האט שפעטער גונז געווען אין א ספעציעלע אפטיילונג מיוחד פאר ס"ת אויפן הר המנוחות. אצינד איז פארגעקומען די מצבה שטעלן, ווי מען האט אהין געשטעלט א שטיין וועלכע טוט פארצייכענען די טרויעריגע געשיכטע. אויפן בילד ווערט געזען די דיין שליט"א ביים לייגן די מציבה.

ree

אחים אנחנו • די ברודער הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל אין א שמועס מיט אחיו הגאון רבי יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר ביי א שמחה דער וואך.

קרישקעס באמערקט במעונו פונעם ראש הישיבה די נייע בענקל וואס הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי שליט"א האט באקומען אין די לעצטערע טעג.

ree

קרישקעס ווינטשט א הערצליכן ברכת מזל טוב לידידינו העומד לימינינו הרב יהושע פרוכטער דער בארימטער פאטאגרעפירער פון חצר הקודש וויז'ניץ לרגל די שמחת החלאקא פון בנו היניק. אינעם בילד ווערט געזעהן ר' יהושע מיט בנו זיך ווינטשן אצל מורו ורבו האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.

ree

אן הערליך רייך געמאלן בילד דורך א קינד פון מרן הרה"ק רבי חיים זאנוויל בן רבי משה ויוטא ציפורה מריבניץ זיע"א.

ree
ree

ברכת מזל טוב פאר הרב מרדכי קרויס פון 'קול אנ"ש' און 'אנ"ש בלעטל' פון חצר הקודש תולדות אהרן, לרגל שמחת נישואי בנו בשעה טובה ולמזל טוב וואס קומט פאר בעז"ה דעם קומענדיגע מיטוואך הבעל"ט.

ברכת מזל טוב פאר ר' ישעיה אפשטיין נאמן ביתו און איבערגעגעבענע דרייווער פון מרן שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצ"ל פאר איבער פערציג יאר, לרגל שמחת נישואי בת זקוניו השבוע בשעה טובה ולמזל טוב.


ברכת מזל טוב פאר דער יונגער פאטאגרעפירער איתי קצב תלמיד כתה ח' אין תלמוד תורה בני ברק לרגל זיין שמחת הבר המצווה למזל טוב.

ולסיום, אחרון אחרון חביב האט קרישקעס די וואך באמערקט א ברכת מזל טוב פאר האדמו"ר מסקווירא שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל, ווי עס ווינטשן די בעלי בתים פון די פיינעפל סופערמארקעט אין שיכון סקווירא.

ree

תגובות


bottom of page