top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • 12 במרץ
  • זמן קריאה 5 דקות

עודכן: 19 במרץ

ree

מיטוואך פ' כי תשא • י''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

א הייליגער מערקווירדיגער מאמענט ביי דער היסטארישער פשעווארסקער חתונה, ווען האדמו״ר מפשעווארסק האט זיך צוגעבויגן צו החסיד הישיש רבי יחזקאל שטיין שליט״א עלטסטער הויז-בחור ביי הרה״ק מסאטמאר זי״ע, נאכ׳ן מצוה-טאנץ, און אים געבעטן ער זאל אים דערציילן איבער די הייליגע עבודה פון הרה״ק מסאטמאר וויאזוי ער האט אפגעראכטן זיינע נעכט בלימוד התורה בקדושה ובטהרה.

ree

האדמו"ר מאמשינוב אנקומענדיג בשערי ביתר געציילטע מינוטן בעפאר די שקיעה, לכבוד די שבת שבע ברכות פון א אייניקל.

פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ווערט אויפגענומען בכבוד מלכים ביים חתונה די וואך בבית הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה.

הרב מנחם קליין הי"ו מנכ''ל פונעם ארגעניזאציע צוהר דק"ק בעלזא בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאטמאר בשליחות האדמו''ר מבעלזא שליט''א.

ree

די נדבה פון האדמו"ר מסאדיגורא פארן קאמפיין לטובת ישיבת בית שערים אונגוואר לכבודו פון גיסו הרה"ג ר' אברהם אבא שטערנבוך שליט"א וואס דינט אלס משגיח אין די ישיבה

ree

ווי די מנהג אין קהלה קדושה וויען האט זיך די גאנצע עולם אראפגעזעצט אויף די ערד נאכן אויסהערן די חלק ההספד פונעם דרשת ז' אדר דורך האדמו"ר מוויען און געזאגט אינאיינעם א קל מלא רחמים אויסרעכענענדיג די נעמען פון אלע צדיקים וואס מען האט דערמאנט.

הרבני הנגיד ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש מזכיר קהל יטב לב ד'סאטמאר טרעט אויף ביים שמחת השבע ברכות בשמחת בית פשעווארסק, אלס נאנטע קרוב מצד החתן.

ree

הגה"צ רבי בעריש רובין מדאמבראווא ביים איבערגעבן פאר האדמו"ר מבאבוב דעם כתב הזמנה אונטערגעשריבן דורך די חברי הנהלת כולל חיבת ירושלים אין אנטווערפען, אין בעפארברייטונג צום דינער רבתי לטובת הכולל וואס וועט פארקומען דעם חודש אדר אין אנטווערפען אין שפיץ פון די נשיאי הכולל האדמור"ים מבאבוב און פשעווארסק.

ree
ree

די חתונה הגדולה די וואך בבית הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה, באקאנט אלס די ליטווישע ר' אלימלך בידערמאן

ההחוט המשולש, הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו, הרהה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער ראש ישיבת תורת צבי ספינקא און המחנך ההרב לייבוש ליש אויפן העליקאפטער רייזע קיין קרית וויזניץ קייאמישע מנחם אבל צו זיין ביי די צובראכענע יתומים קינדער פון הרב החסיד ר' מרדכי זאפיר ע"ה מחשובי חסידי וויזניץ, און פון די חשובע איינוואוינער אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק, וואס איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין א עקסידענט אויפן וועג אהיים פון די וויזניצער חתונה אין מאנסי.

ree

מציץ מן החרכים: ביי די חתונה די וואך בחצר הקודש סקווירא מערקט קרישקעס בחורי סקווירא ביים מיטהאלטן די ריקודין של מצוה פון האד' מסקווירא פון א זייטיגע פענסטערל

ree

האד' מסאטמאר אין א שמועס מיט הגה"צ ר' זושא אויש שליט"א דומ"ץ וואולקאן, און דיין לעניני רפואה בקהל יטב לב ד'סאטמאר, ביים מעמד קביעות מזוזה בבית הנגיד מוה"ר אברהם חיים קליין הי"ו‎ וואו עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות לטובת די נייע בנין בית רחל החדש בבארא פארק און דער בנין בית חינוך לבנות אין בני ברק.

ree

א ליציטאציע אין אמעריקע האט ארויסגעשטעלט צו פארקויפן צוויי רצועות פונעם שר התורה הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זצ"ל, מיט א כתב אישור באשטעטיגט דורך זיין זון הג"ר שלמה שליט"א

ree

האדמו"ר מפשעווארסק, אין די היסטארישע מינוטן בעפאר׳ן צוטרעטן צום מצוה-טאנץ פון נכדתו הכלה במקהלות אלפי ישראל, ווי דער רבי טוט צום ערשט צוגיין צום שר הצדקה הנגיד ר׳ יואל לאנדא וואס האט א טאג פריער מנציח געווען דעם נאמען פון רבינ׳ס טאכטער ע״ה מאמע פון די כלה לעשות רצון צדיק, דער רבי האט זיך אפגעשטעלט איבערגעבן ברכת קדשו והכרת הטוב באנפין נהירין.

האד' מסערט וויזניץ ביי א שבע ברכות פון החתן זוהן פון העסקן הרב מאיר רובינשטיין הי"ו מעיאר פון שטאט ביתר, פארגעקומען אין אתרא קדישא מירון.

הגה''צ רבי זלמן לייב פילאפף אב''ד מכלל יופי באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א בעת זיין באזוך אין ארץ ישראל.

ree

הרשמה צום וועקן אויף אמירת תהילים בצפרא דשבתא אין די ראחמיסטריווקא ישיבה גדולה אין ירושלים.

ree

דראון ווידיאו פונעם מעמד הבאגלייטן מוצאי שבת נאכן געהויבענעם שבת התאחדות בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא אין שטאט בארא פארק.

האדא' ממבקשי השם ארומגענומען מיט חסידים ביי מלוה מלכה אינעם נייעם יישוב וועסטקליף אין ענגלאנד.

רירענד בילד פון הרה"ח הישיש ר' אלי' דייטש ע"ה מנכבדי חסידי סקולען און גבאי ביהמ"ד סקולען אין וויליאמסבורג ביים איבערגעבן דעם כתר הכתרה פאר האד' מישועת יעקב סקולען, בלויז געציילטע חדשים בעפאר זיין פטירה די וואך.

ree

מרבין בשמחה: דער טאלאנטפולע רעדנער העסקן הרב אייזיק דאסקאל איז מהנה ביים דינער השנתי לטובת מוסדות סאטמאר אין קרית יטב לב.

ree

האדמו"ר רבי ברוך אבוחצירא בן זקונים פונעם באבא סאלי איז מבקר חולה ביי המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א אין שפיטאל אין טבריה.

ree

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא אויף א באזוך די וואך אינעם נייעם לאקאציע פון עזרה מעדיקל אין בארא פארק, בהנהלת הנגיד ר' שלמה איגל הי"ו

ree

חסידי ליובאוויטש באגלייטן די וואך למנוחות הרב יוסף יצחק ווילשאנסקי זצ"ל ראש ישיבת חב"ד אין צפת ביים לוויה אין עיה"ק צפת.

האדמו"ר מדושינסקיא אין א ריקוד מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס נשיא ישיבת תורת חסד ביי די חתונה די וואך פון א אייניקל אין לאנדאן.

ree

האד' מראחמיסטריווקא אין א פייערדיגן ריקוד דעם מוצאי שבת אין די פארטאגס שעהן נאך קידוש לבנה.

לבוש מלכות אשר לבש בו המלך: א הייליגער בגד פונעם רוזשינער זי"ע ביים גרויסן דושינסקיא חתונה אין לאנדאן, געברעגנט געווארן פון אנטווערפען דורך הנגיד בנש"ק ר' משה ענגעלשטיין הי"ו נו"נ לצדיקי בית רוזשין.

ree

דער איקאנישער גרויסער זייגער אין גרויסן סאטמארער בית המדרש אויף ווערט גערוקט אויפ'ן זומער זייגער, דעם מוצאי שבת קודש.

ree

האד' מאמשינאוו פון אמעריקא איז שופך שיח ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי בעת דעם רבינס קורצע באזוך אין ארץ הקודש.

ree

האד' מקוזמיר אין א שמועס מיט האד' ממאשלוי די וואך אין מאשלוי'ע ביהמ"ד אין בארא פארק.

ree

צום פתיחת שערים פונעם נייעם גיגאנטישן בנין תלמוד תורה אמרי אמת גור אין בארא פארק האבן די תלמידים געהאט א ספעציעלע געלעגנהייט צו גיין אינאיינעם מיט זייערע מחנכים זעהן פונדערנאנט די נייע בנין און זייערע נייע קלאס צימערן.

ree

הגה"צ רבי יעקב הורוויץ אבד"ק זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר טרעט ארויס קעדן די בעפארשטייענדע וואהלן פארן טריפה'נעם "ציוניסטישן קאנגרעס".


דער פורים רב אין די סאטמארע ישיבה קטנה אין מאנטשעסטער ביים ערשיינען צום מעמד קבלת פנים אין ישיבה

הרה"ח ר' שמואל ברוך לאנדא הי"ו משב"ק האדמו"ר מגור אויף א באזוך אין די מתיבתא דחסידי גור אין בארא פארק, בשליחות הקודש.

ree

מעמד לחיים במעונו פון האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג לרגל די שידוך שליסן פון החתן זוהן פון הרה"ח ר' בצלאל ווייכלדר משב"ק האדמו"ר מסטריקוב מיט די כלה א טאכטער פון בנש"ק הרב רבי יחיאל חיים בידערמאן.

ree

האדמו"ר מסקולען לעיקוואד באזוכט ביי הרה"ג רבי צבי אלימלך הערשקאוויטש דומ"ץ צאנז קלויזנבורג לעיקוואד זייענדיג צוגאסט אויף שבת אין שכונת אוק ען וויין.

ree

'די צייטונג' מעלדט אז זיי שפארן צו קומענדיגע וואך, צוליב די פרישע טאריפס אויף קאנאדישע פאפיר, אין צוגאב צו די הויכע פרייז פון זייער פרינטינג.

ree

שבוע שחל בו: פורים'דיגע אטמאספערע ביים שבת מרומם מיט הרה''צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעזלא אין שטאט בארא פארק, ביי די ריקודין נאך הבדלה.

האחים האדמור"ים מזוטשקא ביי די ריקודין של מצוה ביים חתונה די וואך פון החתן בן האדמו"ר מזוטשקא ירושלים וואס איז פארגעקומען אין לאנדאן (קרעדיט: שלומי טריכטר)

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' ישראל יוסף פרערויא הי"ו משב"ק האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג לרגל שמחת נישואי בתו הכלה בשעה טובה ומוצחלת.

ree

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' משה יוסף צימענט הי"ו משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה תחי' למזל טוב.

ree

תגובות


bottom of page