top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשדוד: הרבנית הצדקנית מנעשכיז ע"ה געקומען לקבורה הארט פארן כניסת זמן שב"ק

  • Bechatzros admin
  • לפני 19 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יוסי לוי

פילע אידן האבן דעם פרייטאג ערב שבת באגלייט למנוחת עולמים הרבנית הצדיקת מנעשכיז ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר מנעשכיז זצ"ל, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל חוקי חיים משומרי אמונים זי"ע, וועלכער איז דעם פרייטאג ערב שבת נאכמיטאג נפטר געווארן אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאהר און האט זוכה געוועהן געציילטע שעהן דערויף צו קומען למנוחה נכונה.


די לוויה איז ארויס פון ביהמ"ד נעשכיז אין די רובע ז' געגענט אין אשדוד וואו א גרויסן ציבור האט זיך פארזאמלט צו באגלייט די חשובע נפטרת בדרכה האחרונה, מחמת קוצר הזמן צו שבת קודש איז נישט געוועהן קיין הספדים, בשם די משפחה איז געהערט געווארן קורצע דברי פרידה פון בנה הגדול כ"ק אדמו"ר מנעשכיז שליט"א וועלכער האט בקול בוכים באוויינט די אבידה און ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן פון איר לעבן וואס איז געוועהן איין לאנגע קייט פון צדקות און פשטות.


דערנאך האט מען באגלייט די מיטה ברחובות העיר, אין ריכטונג פונעם בית החיים אין אשדוד וואו דער רעבעצין איז געקומען למנוחת עולמים אויפן חלקת חסידים סמוך ונראה צום ציון פון איר גרויסן מאן כ"ק אדמו"ר מנעשכיז זצ"ל, ווען בראש המלווים באגלייטן די דריי ברודער האדמור"ים משומרי אמונים פון אשדוד, ירושלים און קרית גת. דורכאויס די לוויה האבן זיך אויך אנגעזעהן עטליכע רבנים פון שטאט און קרובי המשפחה, צווישן זיי האדמו"ר מפיטסבורג, הגה"צ רבי טוביה שטערן גאב"ד מירון, אבד"ק מאקאווא אשדוד און נאך.


תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page